װאָס טוט מען מיט דער סאָװעטישער ליטעראַטור? איך מײן ניט יענע ליטעראַרישע װערק, װאָס זײַנען געשאַפֿן געװאָרן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אָבער געהערן ניט צו דער שיטה פֿון „סאָציאַליסטישן רעאַליזם”, צי זײַנען גאָר „אַנטי־סאָװעטיש” אין זײער אינהאַלט און סטיל. נײן, עס גײט דװקא װעגן די סאַמע „גלאַט־כּשרע” מחברים און זײערע װערק, װאָס מען האָט געדרוקט אין מיליאָנען קאָפּיעס און געלױבט פֿון די הױכע פּאַרטײ-באַלעמערס.
דעם דאָזיקן ענין באַהאַנדלט דער באַקאַנטער רוסישער שרײַבער, דיכטער און זשורנאַליסט דמיטרי ביקאָװ אין זײַן נײַעם בוך „סאָװעטישע ליטעראַטור׃ אַ קורצער קורס”. דער טיטל פֿונעם בוך איז אַן איראָנישער רמז אױף דעם „קורצן קורס” פֿון דער געשיכטע פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, װאָס אין סטאַלינס תּקופֿה איז עס געװען דער אײנציקער אָפֿיציעלער נוסח פֿון דער סאָװעטישער געשיכטע. אַזױ אַרום לאָזט ביקאָװ װיסן זײַן לײענער, אַז ער נעמט אױף די סאָװעטישע ליטעראַטור ערנסט, אָבער אױך מיט אַ שטיקל זאַלץ.
ביקאָװ איז זײער אַ באַגאַבטער, שעפֿערישער, פֿילזײַטיקער און דערצו אַ ביז גאָר פּראָדוקטיװער ליטעראַטאָר. ער האָט אָנגעשריבן עטלעכע װאָגיקע ראָמאַנען, אַ פּאָר סאָלידע ביאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען, הונדערטער לידער און טױזנטער אַרטיקלען אױף אַלערלײ טעמעס. דאָס נײַע בוך זײַנס איז אַ פּראָדוקט פֿון זײַנע לעקציעס װעגן סאָװעטישער ליטעראַטור, װאָס ער האָט געהאַלטן אין עטלעכע מאָסקװער שולן און אוניװערסיטעטן.
דאָס בוך איז כּולל דרײַ און דרײַסיק עסײען װעגן באַקאַנטע סאָװעטישע ליטעראַרישע פֿיגורן. ביקאָװ האָט זײ אױסגעקליבן לױטן אײגענעם געשמאַק, כּדי צו אַנטפּלעקן פֿאַרשײדענע צדדים פֿון דער סאָװעטישער ליטעראַרישער קולטור. זײַן כּװנה איז צו װײַזן, אַז דװקא די סאָװעטישקײט, דאָס געפֿיל פֿון אַ פּערזענלעכן שײַכות צו דעם סאָװעטישן עקספּערימענט, איז געװען דער יסוד פֿון ליטעראַרישער שעפֿערישקײט אין יענער צײַט.
„די סאָװעטישע קולטור איז אַנטשטאַנען פֿונעם געמיש פֿון התלהבֿות, פּחד, און פּשרה–מאַכערײַ”, זאָגט ביקאָװ. פֿאַר אים זײַנען גלײַך אינטערעסאַנט סײַ די „הױכע” דיכטונג פֿון באָריס פּאַסטערנאַק און אַנאַ אַכמאַטאָװאַ, סײַ די פּאָפּולערע ראָמאַנען װעגן סאָװעטישע שפּיאָנען פֿון יוליאַן סעמיאָנאָװ.
און הגם ביקאָװ האַלט אין אײן באַטאָנען, אַז די סאָװעטישע ליטעראַטור האָט עקזיסטירט אונטער דעם אידעאָלאָגישן דרוק, און האָט געליטן פֿון צענזור און צומאָל, פֿון פּאָליטישע רדיפֿות, האָט ער אַ געװיסע נאָסטאַלגישע בענקשאַפֿט נאָך די אַלטע גוטע צײַטן, װען מען האָט געלײענט ביכער און דער שרײַבער איז געװען אַ חשובֿע פֿיגור.
ביקאָװס עסײען װעגן סאָװעטישע שרײַבער, פּונקט װי אַלץ, װאָס ער שרײַבט, זײַנען פֿון ניט־גלאַטער קװאַליטעט. די צרה איז פּשוט װאָס ער שרײַבט צו פֿיל. צומאָל באַקומט מען אַן אײַנדרוק, אַז ער לײענט ניט איבער דאָס, װאָס ער האָט אָנגעשריבן. פֿון דעם באַקומען זיך סײַ פֿאַקטישע גרײַזן (למשל, זאָגט ער אַז איסאַק באַבעלס „רײַטער־אַרמײ” קומט פֿאָר אין מערבֿ־װײַסרוסלאַנד אַנשטאָט מערבֿ־אוקראַיִנע), סײַ צו דרײסטע און צומאָל װילדע אורטײלונגען װעגן די מעלות פֿון דער סאָװעטישער ליטעראַטור.
אָבער ביקאָװ איז כּדאַי צו לײענען. ער האָט אײגנאַרטיקע, צומאָל טיפֿזיניקע און צומאָל פּראָװאָקאַטאָרישע אָפּשאַצונגען פֿון אײנצלנע ליטעראַרישע װערק. ביקאָװ האָט ליב „ברײטע” מענטשלעכע נאַטורן, אַזעלכע װי גאָרקי, שאָלאָכאָװ, פּאַסטערנאַק, לעאָניד לעאָנאָװ און יוליאַן סעמיאָנאָװ, װאָס שפּיגלען אָפּ אין זײער שאַפֿונג און לעבן דעם גאַנצן צײַטגײַסט פֿון זײער תּקופֿה. מסתּמא איז ער זײ אַ ביסל מקנא און װיל זײ נאָכמאַכן אין זײַן אײגענער קאַריערע.
אָבער דאָ שטעקט אַ שטיקל סקאַבקע׃ ייִדישקײט. לױט דער רוסישער „װיקיפּעדיע”, הײסט דער רוסישער שרײַבער דמיטרי ביקאָװ אױף אַן אמתן ניט ביקאָװ נאָר זילבערטרוד. די ייִדישע טעמע איז פֿאַר ביקאָװן אַן אַלטע מאָזאָליע, װאָס לאָזט אים ניט שפּרײַזן פֿרײַ פּאַזע אַ ברײטן שליאַך פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. און הגם ער קערט זיך כּסדר צוריק צו דער ראָליע פֿון ייִדן אין דער רוסישער קולטור, קאָן ער קײן מאָל ניט קומען צו קײן ענדגילטיקער מסקנא.
בטבֿע אַ ליבעראַל, האָט ביקאָװ אַ סך דרך־ארץ פֿאַר רוסישע שרײַבער פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, אַזעלכע װי באַבעל, ערענבורג, פּאַסטערנאַק, סלוצקי. אָבער פֿאַר אים זײַנען זײ גרױס דװקא דערפֿאַר, װאָס זײ האָבן געקאָנט גובֿר זײַן זײער ייִדישע „קלײנשטעטלדיקײט” און זיך דערהױבן צו דער מדרגה פֿון „אַלמענטשלעכקײט”. ביקאָװ שאַצט אָפּ דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿאַר זײַן נטיה צו קריטיק און ספֿקות, אָבער ער איז אַ קעגנער פֿון װאָסער ניט איז אײגנאַרטיק־ייִדישער קולטור, זאָל עס זײַן אױף ייִדיש, עּבֿרית אָדער אַ לע״ז.
אַװדאי איז די דאָזיקע פּאָזיציע ניט קײן נײַעס. אַזאַ מין וויכּוח װעגן דעם אָרט פֿון ייִדן אין דער דײַטשישער און אין דער רוסישער קולטור האָט מען געפֿירט שױן מער װי מיט הונדערט יאָר צוריק, און קײן פֿרישע חידושים האָט מען זינט דעם ניט אױסגעפֿונען. אָבער ביקאָװס ייִדישער אומרו איז אַ טיפּישע דאגה פֿון דער הײַנטיקער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ. אין דער סאָװעטישער צײַט, װען די ייִדישע טעמע איז געװען כּמו פֿאַרװערט אין דער עפֿנטלעכער קולטור, האָט מען געקאָנט באַשולדיקן אין דעם די סאָװעטישע מאַכט. אָבער איצט, װען מען האָט אַ פֿרײַעם צוטריט צו דעם גאַנצן ים פֿון ייִדישער קולטור, מען פֿאָרט קײן ישׂראל אַהין און צוריק, און מען לערנט ייִדישע לימודים אין אוניװערסיטעטן, דאַרף מען שױן באַשטימען אַן אײגענע פּאָזיציע מער קלאָר.
די סאָװעטישע ליטעראַרישע קולטור, מיט אירע רמזים, אױסמײַדונגען, קרומע רײד װערט הײַנט אַ מין מקום־מיקלט פֿאַר אַזעלכע ייִדיש־שטאַמיקע אינטעליגענטן װי ביקאָװ. זײ װײסן ניט װאָס צו טאָן מיט זײער ייִדישקײט, און טראַכטן אױס אַן אײגן װעלטל לױטן אַלט־באַקאַנטן סאָװעטישן שטײגער, װוּ ייִדן זײַנען געװען אַ מין „הײװן” אָדער „זאַלץ”. פֿאַר זיך אַלײן האָבן אַזאַ מין פּראָדוקטן ניט קײן גרױס װערט, אָבער אין קלײנע פּאָרציעס זײַנען זײ נײטיק פֿאַר טעם און װוּקס. אַזױ אַרום װערט דער סאָװעטישער עבֿר מגולגל ניט נאָר אין דער פּאָליטישער װירקלעכקײט פֿון פּוטינס רוסלאַנד, נאָר אױך אין דעם שעפֿערישן כּוח־המדמה פֿון ליבעראַלער רוסישער אינטעליגענץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.