מיט אַ יאָר דרײַסיק צוריק האָבן מיר — מײַן מאַמע ע״ה און איך — פֿאַרבראַכט א היפּש ביסל צײַט, שאַפֿנדיק אַ מין גענעאַלאָגישן בוים. אַ חבֿר מײַנער האָט מיך דעמאָלט אָנגעשטעקט מיטן ווירוס פֿון שורשים-זוכערײַ. די מאַמע האָט געדענקט זייער אַ סך, אַזוי אַז עפּעס אַ בילד — מיט אַ מאה שוועסטערקינדער אירע! — האָט זיך בײַ מיר אָפּגעהיט ביזן הײַנטיקן טאָג. דער מאַמעס משפּחה, גאָלע ליטוואַקעס, האָט זיך אַרום 1850 באַזעצט אין ייִדישע קאָלאָניעס (דערפֿער), וואָס מע האָט דעמאָלט געשאַפֿן אין דרום-רוסלאַנד, הײַנט — אוקראַיִנע. דעם טאַטנס משפּחה איז אין מײַנע נאָטיצן זייער ווייניק אָפּגעשפּיגלט געוואָרן, ווײַל ער איז צו יענער צײַט ניפֿטר געוואָרן, און די מאַמע האָט ווייניק געוווּסט וועגן זײַנע קרובֿים, וואָס האָבן געוווינט אין גאָר אַן אַנדער עק אוקראַיִנע.
מיט שורשים-זוכערײַ בין איך קראַנק געווען ניט לאַנג. די זאַך איז, אַז אין אַ צײַט אַרום איז מיר אויסגעקומען זיך טרעפֿן מיט עטלעכע פֿריִער ניט באַקאַנטע קרובֿים פֿון פֿאַרשיידענע צדדים, און זיי זײַנען, ווי אויף צו להכעיס, געווען מענטשן, מיט וועלכע איך האָב גאָרנישט בשותּפֿותדיקס ניט געפֿונען. איך האָב אויך געזען, ווי עס טרעפֿן זיך שוועסטערקינדער צי גליד-שוועסטערקינדער, וואָס זײַנען אויסגעוואַקסן אין פֿאַרשיידענע מקומות, לענדער. קיין ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג האָט עס, בדרך-כּלל, ניט. איך מיין, אַז אין קיין ריכטיקער פֿרײַנדשאַפֿט וואַקסט עס אַריבער זייער זעלטן.
הקיצור, האָט די דאָזיקע דערפֿאַרונג אָפּגעקילט מײַן גענעאַלאָגישן ענטוזיאַזם. צו בויען אַ בוים צוליב האָבן אַ שיין בילד אויף דער וואַנט? איך האָב אַן אַנדער געדאַנק פֿון דעם וואָס מע הענגט אויף אויף דער וואַנט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס מיך אינטערעסירן אַ סך מער אמתע מענטשלעכע באַציִונגען איידער די ווירטועלקייט, אַפֿילו אויב די רייד גייט וועגן ווירטועלקייט, וואָס איז באַזירט אויף רעאַלע בשותּפֿותדיקע שורשים.
אַן אַנדער זאַך, אויב עס גיט זיך אײַן אַרײַנצוקוקן טיפֿער אין דער געשיכטע, אין דעם ייִחוס, אַזוי צו זאָגן. דאָ וועקט זיך אויף אין מיר דער היסטאָריקער, כאָטש איך האָב ביז עד-היום קיין צײַט ניט געהאַט, אָדער זיך פּשוט געפֿוילט, צו באַשעפֿטיקן זיך ערנסט מיט אַ היסטאָרישער פֿאָרשונג פֿון מײַן אייגענער משפּחה. אָבער איך פֿריי זיך אַלע מאָל, ווען עמעצער טוט עס.
מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט זיך בײַ מיר אויסגעזוכט אַ גליד-שווערטערקינד אין בוענאָס-אײַרעס, אַ הייסער זוכער פֿון זײַנע שורשים. האָט ער מיר איבערגעשיקט אַ דאָקומענט, וואָס האָט טיפֿער געמאַכט מײַן משפּחהדיקן וואָרצל אַזש ביזן יאָר 1790, ערגעץ אין דער וויטעבסקער גובערניע, וואָס איז הײַנט אין ווײַסרוסלאַנד — פֿון דאָרטן האָבן מײַנע אָבֿות זיך געלאָזט אין די קאָלאָניעס. וואָס האָט זיי געצויגן אין אַזאַ אויסרײַסעניש? דאָס וועל איך שוין קיין מאָל ניט וויסן. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז זיי האָבן געהערט צו די ייִדן, וועלכע מע האָט געהאַט אַרויסגעטריבן פֿון דערפֿער (די רוסישע רעגירונג פֿלעגט פֿון מאָל צו מאָל מאַכן אַזעלכע זאַכן). אין די שטעטלעך איז זיי, די אַרויסגעטריבענע, געווען שווער צו געפֿינען אַ דאַך איבערן קאָפּ און אַ פּרנסה צו ציִען די חיונה, בעת די קאָלאָניסטן האָבן מצד דער רעגירונג געקראָגן כּלערליי להאָטעס.
ניט לאַנג צוריק האָב איך זיך צונויפֿגעחבֿרט נאָך מיט איין גליד-שוועסטערקינד. ער וווינט אין ישׂראל, און צום ערשטן מאָל אין מײַן דערפֿאַרונג האָט זיך בײַ אונדז יאָ געשאַפֿן אַ גוטע פֿאַרבינדונג. מיר זײַנען פֿון איין עלטער, שטאַמען פֿון דעם זעלבן לאַנד, און דערצו זײַנען מיר ביידע פּראָפֿעסאָרן. האָט זיך דער דאָזיקער קרובֿ מײַנער גענומען ערנסט פֿאַר אונדזער גענעאָלאָגיע. דער סוף איז (דערווײַל, ווײַל ער שטעלט זיך ניט אָפּ) אַז ער האָט זיך פֿאַנאַנדערגעקליבן אין אייניקע וויכטיקע פּרטים מכּוח אונדזער עלטער-זיידע, הרבֿ יצחק-צבֿי מאַרגאָלין, וואָס איז דער פֿאָטער פֿון מײַן מאַמעס טאַטן, ירוחם מאַרגאָלין.
דעם זיידן ירוחם געדענק איך גאַנץ גוט. איך בין מיט אים אויסגעוואַקסן. מיר האָבן געוווינט אין דער זעלבער דירה. מיר דאַכט זיך צו מאָל, אַז איך הער נאָך, ווי ער רעדט, בדרך-כּלל בייז — אַ שווערער מענטש איז ער געווען, ברוגז אויף דער גאַנצער וועלט. אַ פֿרומער ייִד, קיינער איז ניט געווען אַזוי פֿרום אין אונדזער אַרום; אַ שוחט, האָט ער דאָס סאָוועטישע לעבן קיין מאָל ניט אָנגענומען, פֿאַרבליבן אין די אַמאָליקע צײַטן.
וועגן דעם עלטער-זיידע, יצחק-צבֿי מאַרגאָלין, פֿלעגט מען רעדן בײַ אונדז מיט דרך-ארץ, מע האָט זיך געגרויסט מיט זײַנע ספֿרים. דערציילט, אַז צוויי ספֿרים האָט ער געהאַט פֿאַרעפֿנטלעכט און נאָך איין ספֿר האָט ער אָנגעשריבן, אָבער ניט באַוויזן אַרויסצוגעבן, ווײַל ס׳איז געקומען די סאָוועטישע מאַכט. און דער כּתבֿ-יד האָט ניט איבערגעלעבט די מלחמה. האָב איך דערציילט דעם שוועסטערקינד מײַנעם וועגן די ספֿרים, און ער האָט זיי געפֿונען — ערגעץ אין אינטערנעץ, מיט דער הילף פֿון אַ רבֿ (אַ פּנים, פֿון חב״ד) אין עפּעס אַ רוסישער שטאָט. איצט ווייס איך, אַז ס׳איז טאַקע אַ שטיקל געשיכטע, ניט קיין מיטאָלאָגיע: איין ספֿר איז אַרויס אין יאָר 1902 אין ווילנע, און דער צווייטער — אין פּאָלטאַווע, אין יאָר 1911.
אַ וויכטיקע זאַך דערציילט עס וועגן דער ייִדישער געשיכטע אין מיזרח-אייראָפּע: איז געזעסן אַ רבֿ ערגעץ אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל, אין אַ דאָרף, זייער ווײַט פֿון אַלע צענטערס פֿון ייִדישן אינטעלעקטועלן לעבן, און זיך געשריבן ספֿרים — וועגן שחיטה, שאלות-ותּשובֿות. און ס׳איז קלאָר, אַז ער איז געווען פֿאַרבונדן מיט זײַנע “קאָלעגן” אין אַנדערע ערטער. צי האָט עמעצער באַשריבן, ווי אַזוי אַזאַ נעץ האָט געאַרבעט? איך האָף, אַז יאָ. אָבער איך האָב עס דערווײַל ניט געלייענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.