איך האָב ניט באַמערקט, אַז עמעצער זאָל אַזוי אָדער אַנדערש אָפּמערקן דעם 100־יאָריקן יובֿל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער סאָציאַליסטישער פֿעדעראַציע, וועלכע איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1912. אַ סבֿרא, אַז דאָס ווײַזט דעם איצטיקן מצבֿ פֿון ייִדישן סאָציאַליזם בכלל און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן בפֿרט. מיט הונדערט יאָר צוריק איז עס דאָך געווען אַ וויכטיקע געשעעניש. די פֿעדעראַציע האָט געהאַט אַרום פֿינף טויזנט מיטגלידער. קודם-כּל איז דאָס געווען אַן אויפֿטו פֿון די בונדיסטן, וועלכע זײַנען געקומען פֿון רוסלאַנד און געזוכט פֿאָרמען פֿאַר זייער טעטיקייט אויף דער אַמעריקאַנער ערד.
צו יענער צײַט איז די השפּעה פֿון בונדיסטן געוואָרן גאַנץ שטאַרק צווישן די אַמעריקאַנער ייִדישע סאָציאַליסטן. דאָס האָט זיך געפֿילט אין די יוניאָנען, אין דעם „אַרבעטער רינג”, אין דער „פֿאָרווערטס-אַסאָציאַציע”. דער פֿעדעראַטיווער פּרינציפּ, וואָס איז געלעגן אין יסוד פֿון דער אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, איז געווען צום האַרצן די בונדיסטישע אידעאָלאָגן, וועלכע האָבן געהאַלטן אַ וועלט פֿון אויטאָנאָמיע. אָט ווי עס האָט געשריבן וועגן דער פֿעדעראַציע איר „ייִדישער יאָרבוך”, אַרויסגעגעבן אין יאָר 1914:
די ייִדישע סאָציאַליסטישע פֿעדעראַציע איז געבויט אויף די זעלבע יסודות ווי די אַלע „פֿרעמד-שפּרעכיקע” [טיילן פֿון דער פֿעדעראַטיוו אויסגעבויטער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי]. זי באַשטייט פֿון איינצלנע לאָקאַלן, אָדער ברענטשעס, העכער 80 אין צאָל, וועלכע זײַנען פֿולבאַרעכטיקטע טיילן אין רעספּעקטיווע שטעט פֿון די אַלגעמיינע צענטראַלע שטאָט- אָדער קאַונטי-קאָמיטעטן. יעדער ברענטש טוט די אַלגעמיינע שטאָטישע פּאָליטישע אַרבעט אַזוי גוט, ווי די אַלגעמיינע ייִדיש-סאָציאַליסטישע אַרבעט. …
דער הויפּט-אָפֿיס פֿון דער פֿעדעראַציע געפֿינט זיך אין ניו-יאָרק, 175 איסט בראָדוויי [דאָס הייסט, אין דעם בנין פֿון „פֿאָרווערטס”]. אין שיקאַגאָ, אין דעם הויפּט-אָפֿיס פֿון דער אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי, האָט די פֿעדעראַציע איר צווייטן אָפֿיס.
די פֿאַרבינדונג צווישן די בונדיסטן אויף ביידע זײַטן פֿון דעם אַטלאַנטישן אָקעאַן איז אויך געווען גאַנץ שטאַרק. קיין חידוש ניט, למשל, וואָס דער „פֿאָרווערטס” האָט זיך געפֿרייט, ווען אין דער רוסישער הויפּטשטאָט האָט זיך דעם „בונד” יאַקאָס אײַנגעגעבן צו עפֿענען אַ לעגאַלע וועכנטלעכע צײַטונג — „די צײַט”. דער ערשטער נומער פֿון „די צײַט” איז אַרויס דעם 2טן יאַנואַר 1913 און דער לעצטער, 60סטער נומער, איז דערשינען דעם 18טן מײַ. אַזעלכע דאַטעס ווײַזן אָן קאָמענטאַרן צו וולאַדימיר לענינס געזאַמלטע ווערק. „די צײַט” ווערט דערמאָנט אין לענינס בריוו. דער באָלשעוויסטישער פֿירער האָט געפֿירט אַ הייסע דיסקוסיע מיטן „בונד”.
לויט אַנדערע קוואַלן, האָט די צײַטונג געלעבט אַ ביסל לענגער און איז געווען פֿאַרמאַכט — דורך דער פּאָליציי — אָנהייב יוני. דער טיראַזש האָט דערגרייכט 9 טויזנט, וואָס איז געווען גאַנץ ממשותדיק פֿאַר אַזאַ אויסגאַבע און אין אַזאַ אָרט. די שוין דערמאָנטע אויסגאַבע, „ייִדישער יאָרבוך”, האָט געשריבן וועגן דער צײַטונג: „זי ווערט אויסגעהאַלטן אויסשליסלעך פֿון די אַרבעטער און ווערט ענערגיש פֿאַרשפּרייט אין גאַנצן תּחום”.
ניט לאַנג צוריק האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויפֿן אַרטיקל „אַ סאָציאַליסטישע ייִדישע צײַטונג אין פּעטערבורג”, וואָס איז אַרויס אין „פֿאָרווערטס” דעם 2טן פֿעברואַר 1913, ווען די פּעטערבורגער צײַטונג איז שוין געווען אַ חודש אַלט (דער אַרטיקל ווערט דאָ געבראַכט אַ ביסל געקירט):
פֿאַר אונדז ליגן יעצט די ערשטע צוויי נומערן פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-צײַטונג „די צײַט”, וועלכע איז אָקאָרשט דערשינען אין פּעטערבורג.
אַ מאָדנעם געפֿיל, ריכטיקער געזאָגט — מאָדנע געפֿילן — דערוועקט בײַ אײַך די דאָזיקע צײַטונג. איר אויסזען איז פֿײַן. די אַרטיקלען זײַנען גרויסאַרטיק. אָבער זי מאַכט אויף אײַך דעם טרויעריקן אײַנדרוק פֿון אַ שוואַך צווײַגעלע אין האַרבסט. איר קוקט אויפֿן צווײַגעלע און באַדויערט אים, וואָס אים וועט באַלד אויסקומען אויסצושטיין אַלערליי צרות. ווינטן, בייזע ווינטן וועלן אים בויגן צו דער סאַמע ערד. קעלטער, שנײַדנדיקע קעלטער וועלן פֿאַרגליווערן אין זײַנע שוואַכע אָדערן זײַן לעבנס-זאַפֿט. די שלאַקס-רעגנס, די שטענדיקע פֿײַכטקייט וועלן אים מאַכן פֿוילן.
וועט ער אימשטאַנד זײַן אויסצושטיין דאָס אַלץ? צי וועט ער ניט אומקומען פֿאַר דער צײַט?
אַזעלכע געפֿילן דערוועקט בײַ אונדז די אָקאָרשט געבוירענע, פּראַכטפֿולע, ליבע סאָציאַליסטישע ייִדישע צײַטונג „די צײַט”. דאָס איז יעצט די איינציקע ייִדישע אַרבעטער-צײַטונג אין רוסלאַנד, דער איין-איינציקער אָרגאַן, וועלכער רעדט פֿאַר די ייִדישע אַרבעטער-מאַסן, פֿאַר דער סאָציאַליסטישער אַרבעטער-באַוועגונג צווישן ייִדן. זי איז טײַער בײַ יעדן סאָציאַליסט. מיט פֿרייד נעמען מיר זי אין האַנט. און ניט ווילנדיק גנבֿעט זיך אַרײַן דער טרויעריקער געפֿיל — צי וועט דאָס דאָזיקע צווײַגעלע קענען בײַשטיין די בייזע ווינטן, די שנײַדנדיקע קעלטן, דעם פֿײַכטן האַרבסט פֿון יעצטיקן רוסישן לעבן?
אַלץ איז אין „די צײַט” כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן רוסישן לעבן. פּונקט ווי די זון אין אַ טראָפּן וואַסער, אַזוי שפּיגלט זיך דער האַרבסט פֿון רוסישן לעבן אָפּ אין „די צײַט”. מיר רעדן שוין ניט וועגן דעם אינהאַלט פֿון די אַרטיקלען, וועגן דער שפּראַך, אין וועלכער די שרײַבער דריקן אויס זייערע געדאַנקען. איר לייענט אַן אַרטיקל און זעט, אַז דער שרײַבער האָט צו זאָגן נאָך פֿיל זאַכן, אַז ער האָט נאָך ניט געזאָגט אַלץ, וואָס ער וויל זאָגן, נאָר ער פֿילט הינטער זיך דעם טויטנדיקן אָטעם פֿון דער פּאָליציייִשער צענזור און הערט דעם קלונג פֿון דעם זשאַנדאַרנס שפּאָרע. און דערפֿאַר רעדט דער שרײַבער און דעררעדט ניט. ער דעררעדט ניט, אָבער זײַן געדאַנק דריקט ער יע אויס. מיטן ניט דעררעדן דריקט ער אים אויס נאָך פֿיל שטאַרקער ווי מיט ווערטער. און דער לייענער לייענט דעם ניט געשריבענעם געדאַנק צווישן די געשריבענע שורות.
מיר רעדן שוין ניט — זאָגן מיר — וועגן דעם אינהאַלט, וועגן דער שפּראַך פֿון די אַרטיקלען. נאָר אַפֿילו די אויסערלעכע קלייניקייטן רעדן פֿון דעם דאָזיקן האַרבסט.
גאָר פֿון אָנפֿאַנג, סאַמע אויבן, אונטערן קעפּל „די צײַט”, וואַרפֿט זיך אין די אויגן אַ לאַנגע שורה מיט גרויסע בוכשטאַבן: „דערשײַנט אין פּעטערבורג וועכנטלעך”.
און איר ווערט נתפּעל: אין פּעטערבורג? וואָס פֿאַר אַ פּלאַץ איז פּעטערבורג פֿאַר אַ ייִדישער אַרבעטער-צײַטונג? אַ ייִדישע אַרבעטער-צײַטונג איז אַם פּלאַץ אין צענטער פֿון ייִדנטום — אין אַ וואַרשע, אַ ווילנע, אַן אָדעס, וווּ די ייִדישע אַרבעטער ציילן זיך אין צענדליקער טויזנטער. אָבער פּעטערבורג, וווּ ייִדן האָבן גאָר קיין וווין-רעכט ניט, וווּ אַלע ייִדן קאָן מען כּמעט אויף די פֿינגער איבערציילן — ווי קומט, פֿרעגט איר זיך, „די צײַט” אַהין? ווי קומט זי אין פּעטערבורג?
דער ענטפֿער איז — דאָס איז רוסלאַנד, די צאַרן-לאַנד. אין צאַרן-לאַנד מוז אַלץ געטאָן ווערן קאַפּויר. אין צאַרן-לאַנד מוזן ייִדישע טעכטער אויף זיך זעלבסט מאַכן אַ שענדלעכן בילבול, אום צו האָבן אַ רעכט צו וווינען איבעראַל. [ייִדישע מיידלעך, וואָס האָבן געוואָלט זיך לערנען אין פּעטערבורג, פֿלעגן זיך צו מאָל רעגיסטרירן ווי פּראָסטיטוטקעס — דאָס האָט זיי געגעבן די רעכט צו וווינען לעגאַל אין דער שטאָט. היסטאָריקער טענהן, אַז די אמתע צאָל פֿון אַזעלכע פֿאַלן איז אַ סך קלענער פֿון דער לעגענדאַרער פֿאַרשפּרייטקייט פֿונעם דאָזיקן פֿענאָמען. מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זען אַזאַ „מיידל” — צו יענער צײַט איז זי שוין געווען אַן עלטערע פֿרוי. ג.ע.]
אין צאַרן-לאַנד מוזן די בעסטע מענטשן, די נאָבלסטע לײַט, די אידעאַליסטן, די סאָציאַליסטן אָפֿט פֿאַרבאָרגן זייערע נעמען, היטן זיך פֿאַר דער ליכטיקער שײַן, אַזוי ווי זיי וואָלטן געווען געפֿערלעכע פֿאַרברעכער. אין צאַרן-לאַנד ווערן אַזעלכע בלוט-פֿאַרגיסער, אַזעלכע גנבֿים ווי די קורלאָווס באַשטימט אויף די העכערע שטעלעס אין לאַנד [די רייד גייט דאָ וועגן פּאַוועל קורלאָוו, וואָס איז אין 1905 געווען דער מינסקער גובערנאַטאָר און האָט שפּעטער אָנגעפֿירט מיט אַלע זשאַנדאַרן פֿון דער אימפּעריע].
אַלזאָ, דאָס איז רוסלאַנד. „די צײַט” ווערט אַרויסגעגעבן אין רוסלאַנד, וווּ דאָס פֿרײַע וואָרט ווערט אונטערגעדריקט. די צענזור האַלט אין שטראָפֿן און באַשטראָפֿן די ערלעכע פּרעסע, איבערהויפּט די סאָציאַליסטישע בלעטער. די צוויי רוסישע סאָציאַליסטישע צײַטונגען „לוטש” און „פּראַוודאַ” שטייען אויס געברענטע צרות פֿון דער צענזור. די נומערן ווערן קאָנפֿיסקירט, די רעדאַקטאָרן ווערן געמישפּט, און אויף די אָרעמע אַרבעטער-צײַטונגען ווערט אָפֿט אַרויפֿגעלייגט אַ שרעקלעך גרויסע געלט-שטראָף, און אַ סך סאָציאַליסטישע צײַטונגען זײַנען אין גאַנצן אומגעקומען, אונטערגעגאַנגען בײַ די סאַמע ערשטע נומערן.
איבערהויפּט שטאַרק ווערט די פּרעסע פֿאַרפֿאָלגט אין דער פּראָווינץ. דאָרטן, אין דער פּראָווינץ, אין אַ ווילנע, אַ וואַרשע, אַן אָדעס, שעמט זיך די רעגירונג ניט. דאָרטן דערלויבט זיך די רעגירונג צו איזדעקעווען זיך איבער דער פּרעסע וויפֿל איר האַרץ גלוסט.
אין פּעטערבורג אָבער, אין דער הויפּטשטאָט, שעמט זיך די רעגירונג פֿאַר לײַטן. דאָס איז דאָך פֿאָרט די הויפּטשטאָט. דאָ זיצן דאָך פֿאָרט די פֿאַרטרעטער פֿון אויסלענדישע מאַכטן. דאָס איז דאָך פֿאָרט דער פֿענצטער, דורך וועלכן רוסלאַנד קוקט אויף אייראָפּע, און אייראָפּע — אויף רוסלאַנד. דאָ פֿירט זיך די צענזור אויף מיט מער שטאַט, אָנשטענדיקער. און פּעטערבורג איז דערפֿאַר דאָס איינציקע אָרט אין צאַרן-לאַנד, וווּ אַן אַרבעטער-צײַטונג קאָן נאָך ווי עס איז עקזיסטירן. אַ ביטערע עקזיטערנץ איז דאָס, אָבער פֿאָרט אַן עקזיסטענץ.
דאָס איז די סיבה, פֿאַר וואָס „די צײַט” דערשײַנט אין פּעטערבורג… וועכנטלעך…
אויך וואַרפֿט זיך אין די אויגן, וואָס עס שטייט ניט אין דער צײַטונג, ווער עס גיט זי אַרויס. „די צײַט” האָט דאָך געוויס אַ טאַטן און אַ מאַמע. זי האָט דאָך געוויס אַ פּאַרטיי, אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכע באַשעפֿטיקט זיך מיט איר. מיר קאָנען זיך, נאַטירלעך, אָנשטויסן, וואָס פֿאַר אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַר אַ פּאַרטיי עס גיט אַרויס „די צײַט”. אָבער אומזיסט וועט איר אין דער צײַטונג זוכן אַן אַנונג, אַ רמז, אַ וווּנק צו וועלכער פּאַרטיי זי באַלאַנגט. צוליב די שרעקלעכע צושטאַנדן פֿון דער רוסישער ווירקלעכקייט איז אוממעגלעך דאָס צו פֿאַרעפֿנטלעכן.
דאָס זעלבע איז מיט די נעמען. כּמעט אַלע אַרטיקלען זײַנען אונטערגעשריבן. זיי זײַנען אָבער אונטערגעשריבן ניט מיט נעמען, נאָר מיט צײכנס, מיט די ערשטע בוכשטאַבן פֿון נעמען. בלויז די געניטע, די יעניקע וואָס האָבן אַ באַגריף וועגן די יעצטיקע טוער פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג קאָנען זיך מער אָדער ווייניקער לײַכט אָנשטויסן, וועמענס פּען עס האָט אָנגעשריבן דעם אָדער יענעם אַרטיקל. אָבער דער ברייטער עולם לייענער קאָן ניט וויסן, ווער עס איז פֿאַרבאָרגן אונטערן ענגלישן „ען”, אָדער אונטער די בוכשטאַבן „וו. מ-ם”, „פּ. ב.”, „ב”, „אבר”. „יוסף נ.”, „נ-ן” אאַז”וו.
יאָ, אַלץ אין „די צײַט” איז כאַראַקטעריש פֿאַר דער צײַט, וואָס רוסלאַנד לעבט יעצט איבער. די פֿאַרקירצטע נעמען, דער „דערשײַנט אין פּעטערבורג” אאַז”וו וועלן פֿאַרן צוקונפֿטיקן היסטאָריקער, וועלכער וועט שטודירן דעם יעצטיקן פּאָליטישן מאָמענט אין רוסלאַנד, דינען אַלס וויכטיקע דאָקומענטן, אַלס בולטע שטריכן, פֿון וועלכע ער וועט קאָנען קריגן אַ באַגריף וועגן דעם גאַנצן בילד פֿון יעצטיקן רוסישן לעבן.
ס׳איז אינטערסאַנט, אַז דער דאָזיקער „פֿאָרווערטס”-אַרטיקל איז אויך אונטערגעשריבן מיט איניציאַלן — ה. ב. און ווידער אַ מאָל, איז עס ניט געווען קיין סוד פֿאַר אַ געניטן לייענער. מע קען זײַן כּמעט אין גאַנצן זיכער, אַז געשריבן האָט עס הערץ בורגין (1870—1949), אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט פֿון „פֿאָרווערטס” און אַ היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג. דער לייענער האָט, בלי-ספֿק, גלײַך פֿאַרשטאַנען אויך, אַז הינטער „אבר” האָט זיך „פֿאַרבאַהאַלטן” רפֿאל אַבראַמאָוויטש, און הינטער „וו. מ-ם” — וולאַדימיר מעדעם. די צײַטונג איז דאָך געווען צוגעגרייט, דער עיקר, אין ווין, וווּ עס האָבן זיך באַזעצט פֿירנדיקע מיטגלידער פֿון „בונד”. און נאָר אַ קליינע צאָל מענטשן האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט דער צײַטונג אין פּעטערבורג גופֿא. אַזוי איז עס געווען רויִקער, ווײַל די פּאָליציי האָט שטענדיק געהאַלטן אַן אויג אויף דער סאָציאַליסטישער אויסגאַבע.
מיט איניציאַלן — א. ל. — איז אונטערגעשריבן אויך דער אַרטיקל אין „די צײַט”, וואָס ווערט ווײַטער איבערגעדרוקט מיט אייניקע קירצונגען. אין „פֿאָרווערטס” האָטזיך דער אַרטיקל באַוויזן דעם 17טן מאַרץ 1913. אין דער „פֿאָרווערטס”-רעדאַקציע האָט מען, בלי-ספֿק, געוווּסט, ווער דער דאָזיקער א. ל. איז. מיר דאַכט זיך, אַז איך ווייס עס אויך: א. ליטווין (שמואל הורוויץ, 1862—1943), וואָס וועט אין קורצן קומען קיין אַמעריקע. אָבער אויך פֿריִער האָט ער ניט ווייניק געשריבן פֿאַרן „פֿאָרווערטס”. לויט מײַן מײַנונג, איז ער געווען איינער פֿון די פֿעיִקסטע ייִדישע זשורנאַליסטן און אַ גרויסער קענער פֿון רוסיש-ייִדישן לעבן. איך גלייב, אַז דער אַרטיקל „ייִדישע מיידלעך אין דער באַוועגונג אין רוסלאַנד” איז ניט פֿאַרעלטערט געוואָרן, לכל-הפּחות ווי אַ היסטאָרישער דאָקומענט איז ער נאָך אַלץ אינטערעסאַנט:
אומעטום איז די אַרבעטערין געווען מער אָפּגעשטאַנען ווי דער אַרבעטער. אומעטום האָט מען געמוזט זיך אַ ביסל אָראָפּלאָזן צו איר, ספּעציעל זיך צופּאַסן צו איר אָפּגעשטאַנענקייט. פֿאַר וואָס בײַ ייִדן ניט? ווײַל די אומשטאַנדן זײַנען געווען אַנדערע.
די ערשטע שפּראָצונגען פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג אין רוסלאַנד באַווײַזן זיך ענדע די אַכציקער און אָנהייב די נײַנציקער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט, מיט אַ יאָר 25 צוריק. ווער עס האָט דעמאָלט געזוכט מער אָדער ווייניקער באַטײַטנדיקע מאַסן ייִדישע לוין-אַרבעטער, האָט ער זיי געקאָנט געפֿינען אין דער הויז-אינדוסטריע (קאַמאַשן-שטעפּער, זאָקן-מאַכערינס, זשעמסער, בערשטער און דאָס גלײַכן), אין קליינע פֿאַבריקן אָן מעכאַנישער קראַפֿט (שוועבלעך-, פּאַפּיראָסן-, קאָנווערטן-פֿאַבריק), אין שנײַדעריי, וווּ עס זײַנען שוין דעמאָלט אויך געווען גרעסערע ווערקשאַפֿטן — און אין האַנדל.
און אין די אַלע צווײַגן האָט די ייִדישע פֿרוי פֿאַרנומען אַ גרויסן, אָפֿט אַפֿילו דעם גרעסטן אָרט. הײַנט האָבן מיר זאָקן-מאַכער מענער אויך. אין יענע צײַטן איז די זאָקן-אַרבעט כּמעט אין גאַנצן געלעגן בײַ פֿרויען אין די הענט. אין די שוועבלעך-און-פּאַפּיראָסן-פֿאַבריקן זײַנען די פֿרויען שוין דעמאָלט געווען אין דער מערהייט. וועגן דעם אָרט פֿון דער פֿרוי אין דער שנײַדערײַ פֿאַרשפּאָרן מיר צו זאָגן. אָבער אויך אין האַנדל האָבן די ייִדישע פֿרויען פֿאַרנומען אַ גלײַכן אָרט מיט די מענער. און אין ווילנע און אין וואַרשע, אין בערדיטשעוו און דווינסק האָבן מיר ייִדישע פּריקאַשטשיצעס [פֿאַרקויפֿערינס אין אַ קראָם] ניט ווייניקער ווי ייִדישע פּריקאַשטשיקעס [פֿאַרקויפֿער]. דאָס האָט געבראַכט דערצו, וואָס בעת די ערשטע באַשעפֿער פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג האָבן געזוכט מאַסן, האָבן זיי זיך געמוזט ווענדן צו די פֿרויען פּונקט אַזוי ווי צו די מענער, אָפֿט צו די פֿרויען נאָך פֿריִער. די ערשטע סימנים פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען אויף דער ייִדישער גאַס זײַנען די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען פֿון זאָקן-מאַכערינס און שנײַדערינס אין ווילנע. די ערשטע באַטײַטנדיקע אָרגאַניזירטע שטרײַקן — בײַ די זעלבע זאָקן-מאַכערינס און אויך פּאַפּיראָסן-פֿאַבריקן אין ווילנע און ביאַליסטאָק.
אויסער דעם איז פֿאַר ייִדישע מיידלעך געווען גרינגער אַרײַנצוגיין אין דער באַוועגונג.
אַרײַנטרעטן אין דער באַוועגונג האָט פֿאַר יענער צײַט געהייסן ברעכן די טראַדיציע, זיך אָפּרײַסן פֿון אַלע אַלטע געוווינהייטן און מינהגים, פֿון בית-המדרש און פֿון פֿאַמיליען-טיש און יום-טובֿ, זעען אין די נאָענטסטע קרובֿים פֿרעמדע, פֿאַר וועלכע מען דאַרף זיך היטן, פֿון וועלכע מען דאַרף עטוואָס פֿאַרגנבֿענען. דאָס האָט געקאָסט אַ סך אינעווייניקסטע קראַפֿט און אויסערלעכע רײַבונג. און דער ייִדישער בחור איז געווען פֿיל שטאַרקער און טיפֿער צוזאַמענגעבונדן מיט דער טראַדיציע ווי דאָס מיידל. דאָס מיידל האָט ניט געדאַרפֿט גיין אין חדר, ניט געוווּסט פֿון טלית און תּפֿילין, ניט געדאַרפֿט דאַוונען דרײַ מאָל אַ טאָג, ניט געמוזט גיין מיטן טאַטן שבת אין שול אַרײַן. אויף איר פֿרומקייט האָט מען בכלל ווייניקער אַכטונג געגעבן. און איז זי געוואָרן אַן אַרבעטאָרין, איז זי שוין צום שטוב אויך ניט אַזוי שטאַרק צוגעבונדן געווען. דאָס מיידל האָט געקאָנט גיכער און לײַכטער איבערגיין אין אַ נײַער וועלט, ווײַל זי איז צו דער אַלטער ניט אַזוי צוגעשמידט געווען, ווי דער בחור.
און נאָך איינס. עס זײַנען דעמאָלט געווען און עס זײַנען נאָך הײַנט אויך פֿאַראַן בײַ ייִדן גענוג אַרבעטער-מיידלעך, וועלכע קאָנען בכלל ניט לייענען. דאָס איז דער פּועל-יוצא דערפֿון, וואָס מיידלעך דאַרפֿן אין חדר ניט גיין. דאָס רובֿ מיידלעך אָבער האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין דער היים, בײַ דער רביצין אָדער בײַ אַ שרײַבער. און דער גאַנצער אַרט לערנען איז בײַם מיידל געווען אַן אַנדערער ווי בײַ דעם בחור. דאָס מיידל האָט געלערנט ווייניקער עבֿרי און מערער עבֿרי-טײַטש. דאָס ייִנגל האָט געלערנט חומש מיט רש”י, לשון-קודש, וועלכע ער פֿלעגט אין חדר ניט גוט וויסן און אַרויסגייענדיק פֿון חדר אין גאַנצן פֿאַרגעסן. איר געפֿינט דערפֿאַר אַ סך בחורים, וועלכע קאָנען מיט צרות דאַוונען און איבערלייענען אַ ייִדיש ביכל קומט זיי אָן מיט שווייס. דאָס מיידל האָט געלערנט תּחינות, צאינה-וראינה, פּשוט ייִדיש, וואָס זי האָט גוט פֿאַרשטאַנען. זי האָט אַפֿילו די מעשׂיות פֿון חומש אויך אָפֿט געוווּסט בעסער, ווי דאָס ייִנגל, און זי האָט זיך דערווײַל אויסגעלערנט לייענען ייִדיש. שפּעטער איז זי פֿון צאינה-וראינה איבערגעגאַנגען צו שמ״רס אַ ראָמאַן, נאָך שפּעטער צו אַ בראָשור און אַ צײַטונג.
דאָס זײַנען די סיבות, צוליב וועלכע די ייִדישע אַרבעטער-פֿרוי איז פֿרי אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין דער באַוועגונג און האָט אין איר פֿאַרנומען זייער אַן אָנגעזעען אָרט.
אין פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, אין דער „בערזע” [גאַסן-פֿאַרזאַמלונגען פֿון אַרבעטער] און אין ענגע שטיבל-פֿאַרזאַמלונגען, אומעטום האָט איר ייִדישע אַרבעטער-פֿרויען אין אַ באַטײַטנדיקער צאָל געטראָפֿן. אין די שטורעם-יאָרן האָט איר זיי שטענדיק אין די ערשטע רייען, אויף די געפֿערלעכסטע ערטער געזען. אין די יולי-טעג אין לאָדז, אין די אָקטאָבער-טעג אין וואַרשע [די רייד גייט דאָ וועגן די רעוואָלוציאָנערע געשעענישן אין יאָר 1905], אין זעלבסטשוץ אין האָמעל — וויפֿל העלדישע אַרבעטער-פֿרויען! און עס זײַנען דאָ נעמען פֿון אומגעקומענע, וואָס דער ייִדישער פּראָלעטאַריאַט האָט אין פּינקס פֿון זײַנע קדושים פֿאַרשריבן. נעמען, וואָס זייער אָנדענק לעבט אין טויזנטער הערצער. אסתּר ריסקינד [אַ פֿירער פֿון „בונד” אין ביאַליסטאָק, דערהרגעט אין יולי 1905], פֿאַניע גראַבעלסקאַ [געשטאָרבן אין עטלעכע טעג אַרום פֿון אַ וווּנד נאָך דער שיסערײַ בעת דער דעמאָנסטראַציע אין אַפּריל 1905 אין וואַרשע] — ווער האָט די נעמען ניט געהערט? מיר האָבן אויך געהאַט אַרבעטערינס-פֿירערינס, אַרבעטערינס — אויסגעצייכנטע רעדנערינס.
יעדערער, וואָס עס איז אין יענע יאָרן אין דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג געווען, האָט געוויס געקענט צוויי אָדער דרײַ אַזעלכע פֿרויען, וועלכע פֿלעגן פֿאָרן פֿון שטאָט צו שטאָט, אָפּזײַן צוויי חדשים דאָ, דרײַ חדשים דאָרטן, אומעטום אַרײַנטראָגן אויפֿלעבונג, אומעטום שטיין בראָש פֿון דער באַוועגונג. איינע האָט אין אָדעס געהייסן „ביילע”, אין ווילנע „מאַשע” און אין וואַרשע „לענע”. אָפֿט האָט מען זי אין דער זעלבער שטאָט דעם ערשטן מאָל גערופֿן „מרים”, און ווען זי איז אַהין צום צווייטן מאָל געקומען אין אַ יאָר אַרום, איז זי שוין „גאָלדע” אָדער „גרוניע” געוואָרן. נאָר די מאַסע האָט גוט געוווּסט, מיט וועמען זי האָט צו טאָן. פֿון שטאָט צו שטאָט פֿלעגן זיך שפּינען לעגענדעס וועגן זיי, און זייער גאַנץ לעבן איז אָפֿט געווען שיין און אינטערעסאַנט, ווי אַ לעגענדע. עס זײַנען פֿאַראַן אַרבעטער-פֿרויען, וועלכע זײַנען באַוווּסט אינעם גאַנצן ייִדישן תּחום. זיי זײַנען אַרײַן אין דער באַוועגונג כּמעט פֿונעם ערשטן טאָג, ווי זי האָט זיך אָנגעהויבן, און זײַנען יאָרנלאַנג געשטאַנען אויף זייערע פּאָסטנס, שטענדיק אין די פֿאָדערשטע רייען.
פֿאַר די זעלביקע אויפֿגאַבן האָבן זיי זייערע אייגענע פֿאָדערונגען ניט אַרויסגערוקט, האָבן זייערע ספּעציעלע פֿאָדערונגען, אַלס פֿרויען, דערטרונקען אין דער אַלגעמיינער גרויסער אַרבעטער-זאַך. אין פּראָגראַם פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג איז געשטאַנען אי פּאָליטישע גלײַכבאַרעכטיקונג פֿאַר פֿרויען, אי מוטער-שוץ, אָבער קיין באַוועגונג אַרום די דאָזיקע פֿאָדערונגען איז ניט געווען.
ערשטנס דערפֿאַר, ווײַל די ערשטע צײַט זײַנען דאָס רובֿ אַרבעטערינס געווען יונגע מיידלעך. נאָך דער חתונה פֿלעגט דאָס רובֿ פֿרויען אַרויס פֿון דער אַרבעט און בלײַבן זיצן אין דער היים, אויפֿהערן צו זײַן אַרבעטער-פֿרויען און ווערן פֿרויען פֿון אַרבעטער. פֿאַר יונגע מיידלעך האָט זיך די פֿראַגע וועגן פּאָליטישע רעכט ניט געקאָנט שטעלן בולט און שאַרף, וועגן מוטער-שוץ — אַוודאי ניט. און חוץ דעם איז די צײַט געווען אַזעלכע, ווען אַלץ און אַלע האָבן געקלאַפּט אויף איין פּונקט. מען האָט געהאָפֿט, אַז די אַלגעמיינע באַוועגונג וועט שאַפֿן צוגרייטונגען פֿאַר גלײַכבאַריכטיקייט פֿון באַזונדערע גרופּן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.