אַ פֿירקאַנטיק אָרט מיט געשעפֿטן, טייל אינעווייניק מיט אַ דאַך, טייל מיטן פּנים צו דער גאַס, איז דער מעלפּלאַץ געווען איינער פֿון די מאַרקפּלעצער אין טשערנעוויץ. מיר האָבן דאָרטן געהאַט צוויי געוועלבן. דאָס ערשטע, אינעווייניק אין הויף, האָבן מיר געעפֿנט, אַן ערך, אין 1923, ווען מיר זענען געקומען פֿון ווין, וווּ איך בין געבוירן געוואָרן.
אין די געשעפֿטן אויפֿן מעלפּלאַץ האָט מען פֿאַרקויפֿט סײַ ען־גראָ (אויף הורט), אָבער מערסטנס, דעטײַל (אויף לאַחדים). אין אונדזער ערשטן געשעפֿט האָט מען קודם פֿאַרקויפֿט שניט־סחורה (זײַדן, לײַנען, באַרכעט אאַ״וו, וואָס מע שנײַדט לויטן מעטער), און שפּעטער, ווען מײַן מאַמע האָט איבערגענומען אַ צווייט געשעפֿט אויפֿן מעלפּלאַץ, אַקעגן דעם „מוזיק־פֿאַראײן”, איז דאָס ערשטע געשעפֿט געוואָרן אַ קלייט פֿאַר פֿאַרטיקע פֿרויען־קליידער (קליידער, בלוזקעס, אאַ״וו.) דאָס נײַע געשעפֿט איז געוואָרן די שניט־קראָם און האָט געהייסן — „מאָדע־מאַנופֿאַקטורע‟. מײַן מאַמע ליפֿשע, די אמתע סוחרטע, האָט געפֿירט די שניטקראָם, און דער טאַטע מײַנער, בנימין, אַן אינטעלעקטואַל, נישט קיין סוחר, האָט פֿאַרקויפֿט די פֿאַרטיקע קליידער. אין זײַן געשעפֿט האָט מען מער געפֿירט שמועסן וועגן פּאָליטיק און אידעאָלאָָגיע, ווי האַנדל. מענטשן פֿלעגן אַרײַנקומען צו אים זיך אָנוואַרעמען און רעדן אַ וואָרט. אַגבֿ, האָט מײַן טאַטע בנימין ווייניק געקענט רומעניש. ווען ער האָט געוואָלט פֿאַרקויפֿן אַ סטאַניק צו אַ רומענערין האָט ער עס אָנגערופֿן — „טרײַסטער פּענטרו ציצע” — „אַ טאָרבע פֿאַר די ברוסטן”.
מיר האָבן די געשעפֿטן דאָרטן געהאַלטן ביז אין דער צײַט פֿון די סאָוועטן אין 1941. ס’רובֿ געשעפֿטן האָט מען דענצמאָלט ליקווידירט, אָבער אונדז האָט מען געלאָזט די סחורה אויספֿאַרקויפֿן, כאָטש מײַן טאַטע איז שוין געווען אַרעסטירט, און מײַן מאַמע איז געלעגן קראַנק, ווײַל די דרײַ טשערנעוויצער יונגע־לײַט, קאָמוניסטן, וועלכע האָבן באַשטימט וועלכע געשעפֿטן מע זאָל לאָזן, זענען אונדז געווען וווילגעזונט.
אונדזערע שכנים לעבן שניטקראָם, וואַנט בײַ וואַנט, זענען געווען די בערנשטיינס. דאָס איז געווען אַ קאָנפֿעקסיאָנס־געשעפֿט — מעסערלעך, שירימס, קעמלעך. הער בערנשטיין האָט געשטאַמט פֿון באַסאַראַביע און מע האָט חוזק געמאַכט פֿון זײַן דײַטש (די הויפּט־שפּראַך אין דער שטאָט, אַפֿילו ווען זי האָט געהערט צו רומעניע צווישן די וועלט־מלחמות). „קאָמען זי געסטערן” (קומט נעכטן) האָט ער כּלומרשט געזאָגט צו אַ קונה און גאַנץ מעלפּלאַץ האָט שוין געהאַט פֿון וואָס צו לאַכן. מיט זײַן פֿרוי, אַן אמתע דאַמע, אַ געבוירענע אין טשערנעוויץ, האָב איך זיך נאָענטער באַקענט אין ניו־יאָרק, ווען זי איז אָפֿט געקומען צו גאַסט.
אַקעגן אונדז איז געווען אַן אַלטער בחור, ערלעך. אויף אַ בערגל ציגל האָט ער אויפֿגעשטעלט א ברעט און פֿון דעם איז באַשטאַנען זײַן געשעפֿט. אויך אַ געבוירענער אין דער שטאָט, האָט ער גערעדט אַן עכט טשערנעוויצער דײַטש. ווען די דײַטשן זענען אַרײַן אין שטאָט אין 1941, האָט ער זיך אויסבאַהאַלטן בײַ אונדז אין הויז אין צײַט פֿון געטאָ, אָבער ער איז דערנאָך פֿאַרשוווּנדן, און איך ווייס נישט וואָס ס‘איז מיט אים געשען. די סוחרים פֿון מעלפּלאַץ זענען געוואָרן אונדזערע פֿרײַנד און אין געטאָ זענען זיי געקומען צו אונדז צײַטווײַליק, ווײַל אונדזער וווינונג אויף דער שטיין־גאַס האָט זיך געפֿונען אין די ווענט פֿון דער ערשטער געטאָ.
די ברידער דאַמף האָבן לעבן אונדז געהאַט אַ געשעפֿט פֿון פֿאַרטיקע מענער־קליידער. מע האָט זיי גערופֿן „דאַמפֿעניו”, ווײַל ווען זיי פֿלעגן פֿאַרקויפֿן אַ בגד, פֿלעגן זיי פֿאַרציִען יעדעס וואָרט מיט אַ „…ניו”. „קאַלמעזעלעניו” (אַ וועסטל), געדענק איך. אַז זיי האָבן איינעם אָנגעמאָסטן אַ רעקל, פֿלעגן זיי דאָס צעציִען לינקס און רעכטס, עס זאָל פּאַסן דעם קונה.
אויף דער אַנדערער זײַט האָט הער לער און זײַן בייזע פֿרוי געהאַט זייער קלייט. ווען מײַן מאַמע איז אַרײַנגעגאַנגען צו זיי צונויפֿצוקלויבן נדן פֿאַר אַן אָרעמער כּלה, האָט די פֿרוי לער איר גראָב אָפּגעזאָגט. איז מײַן טאַטע דערנאָך צוגעגאַנגען צו איר מיט אַ טענה, און זי האָט אים דערלאַנגט אַ פּאַטש! אין אונדזער שכנישער סוחרישער סבֿיבֿה, וווּ איינער האָט געטרויט דעם אַנדערן מיט באָרג און קרעדיט, האָט אַזאַ שיינער ברוך־הבא זעלטן געטראָפֿן.
עס פֿלעגן זיך אַרומדרייען אין מעלפּלאַץ, ווי בײַ אַלע גרויס־שטאָטישע מאַרקן, אַן אונטערוועלט מיט פּראָסטיטוטקעס און קעשענע־גנבֿים. איין מאָל, ווען איך בין געווען אין געשעפֿט, האָט דאַגאָ קאַץ, אונדזער קאָמי (אַ געהילף), מיך צוגערופֿן — „קום אַהער, וועסטו עפּעס זען”. וואָס האָט ער מיר געוויזן? ווי עס גייט פֿאַרבײַ אַ גלח מיט אַ טאָרבע אויף די פּלייצעס און דער ייִדישער קעשענע־גנבֿ, גענזעלע, נעמט עפּעס אַרויס פֿון זײַן טאָרבע. איך האָב אָבער דאָס נישט געקענט צוקוקן און כ‘בין נאָכגעלאָפֿן דעם גלח און אים געזאָגט — „פּאַרינטע ווי סאַ סקאָס טשעוואַ דין טרײַסטער”. דאָס הייסט אויף רומעניש, „פֿאָטערל מע האָט עפּעס אַרויסגעגנבֿעט פֿון דײַן טאָרבע.” ענטפֿערט דער גלח, אַז ער האָט גאָרנישט וואָס צו גנבֿענען, און בשעת ער רעדט, קומט צוריק גענזעלע און גיט אים אָפּ דעם פּאָרטמאָניי, זאָגנדיק, אַז דער גלח האָט עס פֿאַרלוירן. איך האָב גענומען די פֿיס אויף די פּלייצעס און כ׳בין אַנטלאָפֿן.
איינע פֿון די גאַסן־פֿרויען, שיינדעלע, אַ ייִדישע, געדענק איך גוט. זי האָט זיך געדרייט „אויפֿן שטריך” און צוגעפֿירט די קונים צו אונדז אויף דער שטיין־גאַס, וווּ די הויז־מײַסטערין, האָט מיט איר, אַפּנים, געהאַט אַן אָפּמאַך צו ניצן אַ דירה פֿאַר איר אַרבעט. מיר מיידלעך פֿלעגן קוקן בײַם מעלפּלאַץ און זיך גערייצט מיט איר. זי האָט אונדז געענטפֿטערט — „איר ווילט איך זאָל אײַך לערנען די מלאָכה?”. האָבן מיר געשאָקלט מיטן פֿינגער — „מײַן טאַטע וועט אײַך שוין אָנלערנען!‟ און מיר זענען אַנטלאָפֿן. אַרום דעם מעלפּלאַץ האָבן זיך אויך געדרייט ”די וואַגנער באַנדע”, אַ גרופּע דײַטשן, גנבֿים, אונטערוועלטניקעס. קיין גרויסע זיכערקייט האָבן מיר נישט געפֿילט; די רומענישע פּאָליציי האָט מען אַלע אָפּגעקויפֿט און קאָרומפּירט.
איך האָב געהערט, אַז מע האָט אַראָפּגעריסן דעם מאַרק אויפֿן מעלפּלאַץ, און הײַנט געפֿינט זיך דאָרט אַ שיינער פּאַרק מיט אַ פֿאָנטאַן. אָבער די זכרונות פֿון אַמאָל בלײַבן נאָך אין זכּרון… דער אַלטער מעלפּלאַץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.