ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

אַ ליד, אַ וואָרט, אַ ניגון

פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן

אַ ליד, אַ וואָרט, אַ ניגון
אַ ליד, אַ וואָרט, אַ ניגון,
וואָס פֿלעכטן זיך צוזאַמען,
פֿאַרבן, קאָלירן שימערירן
אַ געפֿלעכט, אַן איינס אין גראַמען.
ווי אַנדערש וואָלט געגאָלטן
דעם אייבערשטנס געשטעל,
ווען נישט אָט די העלפֿערס,
דער האַרמאָנישער וועלט־געטרעל.
איך האַלט צוויי ליידיקע קאַנען
צום ברונעם — כ‘בין געקומען.
נאָר טיף אין ברונעמס טהומען
פֿינקלען, בלישטשען, שטראָמען,
יאָ, פֿינקלען, בלישטשען, ווינקען,
גראַמען.
2013Read More


אַ ווײַס בלימעלע

פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן

אַ ווײַס בלימעלע
אַ טאָג אַ ווײַס בלימעלע אין האַנט —
ס‘האָט געשמייכלט צו מיר,
כ‘האָב געשמייכלט קריק,
אַ ווײַס בלימעלע גליק.
אין זײַן בליק אויף דער לײַוונט זיך צעשײַנט
אויף די בלעטער פֿון אַ ביכל
איך ווייס נישט וואָס איך שמייכל
אין אַ גראָען רעגנטאָג
האָב איך געעפֿנט די טיר
און די זון האָט געשמייכלט אין
מײַנע ד אַמות.
האָב איך אויסגעמעקט מיט איין שטראָך
די אייביקע נאַכטישקייט
און געשוווירן גלייבן אין דעם ווײַסן בלימעלעס פֿרייד.
2013Read More


טשערנעוויצער זכרונות: שטיין־גאַס #12

פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן

טשערנעוויצער זכרונות: שטיין־גאַס #12
ווען מיר זענען געקומען פֿון ווין קיין טשערנעוויץ, און איך בין מסתּמא געווען 2 יאָר אַלט, האָבן מיר זיך צוערשט אַרײַנגעצויגן אין אַ דירה אויף דער „לערכען־גאַס‟, ווײַט פֿון צענטער שטאָט, לעבן דעם „שילער־פּאַרק‟.Read More


טשערנעוויצער זכרונות: דער מעלפּלאַץ

פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן

טשערנעוויצער זכרונות: דער מעלפּלאַץ
אַ פֿירקאַנטיק אָרט מיט געשעפֿטן, טייל אינעווייניק מיט אַ דאַך, טייל מיטן פּנים צו דער גאַס, איז דער מעלפּלאַץ געווען איינער פֿון די מאַרקפּלעצער אין טשערנעוויץ.Read More