אַנקעטע: פֿראַנצויזן האָבן געמישטע געפֿילן וועגן ייִדן, ישׂראל

Published January 28, 2013.

(ייִט״אַ). — אַ נײַע אַנקעטע פֿון דער פֿראַנצויזישער באַפֿעלקערונג מכּוח די ייִדן, האָט אַנטפּלעקט סײַ אַנטיסעמיטישע, סײַ פּראָ־ייִדישע שטעלונגען.

אויף דער דערקלערונג, „די ייִדן האָבן צו פֿיל מאַכט אין דער געשעפֿט־וועלט‟, האָבן 39% פֿון די באַטייליקטע מסכּים געווען, און 21% — נישט מסכּים געווען; 40% האָבן נישט געהאַט קיין מיינונג.

47% פֿון די באַטייליקטע האָבן געזאָגט, אַז די פֿראַנצויזישע ייִדן זענען מער געטרײַ מדינת־ישׂראל ווי פֿראַנקרײַך, בעת 15% האָבן געזאָגט, אַז נישט.

43% האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן אַ „פּאָזיטיווע‟ מיינונג פֿון די פֿראַנצויזישע ייִדן, און 53% האָבן נישט אויסגעדריקט קיין מיינונג. בלויז 4% האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן אַ נעגאַטיווע מיינונג וועגן ייִדן.

וואָס שייך ישׂראל, האָבן 20% געזאָגט, אַז זיי האָבן אַ פּאָזיטיוון צוגאַנג צו דער ייִדישער מדינה; 61% האָבן געזאָגט, אַז זיי זענען נייטראַל, און 19% האָבן געהאַט אַ נעגאַטיוון צוגאַנג צו ישׂראל.

54% פֿון די באַטייליקטע האָבן געהאַלטן, אַז די רציחות קעגן ייִדן זענען אַ רעזולטאַט פֿון „אַנטי־ייִדישע געפֿילן‟ אין פֿראַנקרײַך; 19% האָבן געזאָגט, אַז די בלוטיקע אַטאַקן זענען אַ פּועל־יוצא פֿון „אַנטי־ישׂראלדיקע געפֿילן‟, און 27% האָבן נישט געהאַט קיין מיינונג וועגן דעם ענין.

די אַנקעטע איז באַשטעלט און פּובליקירט געוואָרן דורך דער „אַלוועלטלעכער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע‟ דעם 24סטן יאַנואַר.