ירושלים (ייִט״א). — דער ישׂראלדיקער געזונט־מיניסטעריום האָט די וואָך פֿאַרווערט די פֿיר מלוכישע געזונט־באַדינונג אָרגאַניזאַציעס צו געבן די עטיאָפּישע ישׂראלדיקע פֿרויען אַ לאַנג־דויערנדיקע אײַנשפּריצונג צו פֿאַרהיטן זיי פֿון ווערן טראָגעדיק.
דער באַפֿעל איז געקומען מער ווי אַ חודש נאָך דעם ווי אַ באַריכט אין דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע האָט באַשולדיקט די אָרגאַניזאַציעס, וואָס ווערן אָנגעפֿירט פֿון ייִדן, אין צווינגען די עטיאָפּישע פֿרויען צו קריגן די אײַנשפּריצונגען, און ווי אַ פּועל־יוצא, איז במשך פֿון די לעצטע צען יאָר געפֿאַלן די עטיאָפּישע געבורטיקייט אין ישׂראל אויף 50%. די „אַסאָציאַציע פֿאַר מענטשנרעכט אין ישׂראל‟ האָט אויך קריטיקירט די אָרגאַניזאַציעס.
די עטיאָפּישע פֿרויען, וועמען מע האָט אינטערוויויִרט אין דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, האָבן דערציילט, אַז די אָנגעשטעלטע בײַ די געזונט־קליניקן האָבן זיי געצוווּנגען צו נעמען אײַנשפּריצונגען פֿון „דעפּאָ־פּראָוועראַ‟ — אַ לאַנג־דויערנדיקער מיטל פֿון קינדל־קאָנטראָל.
אַ וואָרטזאָגער פֿונעם אַמעריקאַנער „דזשוינט‟, וואָס פֿירט אָן מיט די געזונט־קליניקן אין עטיאָפּיע פֿאַר די מענטשן, וועלכע ווילן עולה זײַן קיין ישׂראל, זאָגט, אַז קיינער האָט די פֿרויען נישט געצוווּנגען צו נעמען די אײַנשפּריצונג. „קינדל־קאָנטראָל איז בלויז איינער פֿון אַ גאַנצער ריי באַדינונגען אין אונדזערע קליניקן, און איז אין גאַנצן פֿרײַוויליק,‟ האָט דער וואָרטזאָגער באַטאָנט.
ד״ר ריק האָדעס, דער מעדיצינישער דירעקטאָר פֿונעם „דזשוינט‟ אין עטיאָפּיע, האָט דערקלערט, אַז די אײַנשפּריצונג איז זייער אַ פּאָפּולערער פֿאַרהיט־מיטל אין עטיאָפּיע. „ס׳איז גרינג צו ניצן, און עס דערמעגלעכט אַ פֿרוי צו ניצן קינדל־קאָנטראָל אָן צו אינפֿאָרמירן איר מאַן, וואָס איז אַ גרויסער ענין דאָ,‟ האָט ער באַטאָנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.