חורבן־טאָג בײַ דער „יו־ען‟

Arkadiy Yagudaev

Published January 28, 2013.

זונטיק, דעם 27סטן יאַנואַר, האָט מען אָפּגעמערקט דעם טאָג פֿון דער באַפֿרײַונג פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ. דעם טאָג האָט די „יו־ען‟ באַשטימט ווי דעם „אינטערנאַציאָנאַלן אָנדענק־טאָג לזכר די קרבנות פֿונעם חורבן‟.

די טעמע הײַנטיקס יאָר איז — „די העלדן, וועלכע האָבן געראַטעוועט אַנדערע‟. בײַ דער צערעמאָניע פֿרײַטיק, האָט גערעדט פּראָפֿ’ מרדכי פּאַלדיעל, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, וועגן די נישט־ייִדן, וועלכע האָבן געראַטעוועט די ייִדן. עס האָבן אויך גערעדט אויף דער טעמע דער ישׂראל־רעפּרעזענטאַנט ראָן פּאָזנער, דער קאָנגאָ־רעפּרעזענטאַנט ריימאָנד סערזש באַליי, דער שוועדישער רעפּרעזענטאַנט פֿרוי סיגנע בורגשטעלער, צווישן אַנדערע. דער חזן חיים דוד בערסאָן האָט געזונגען „אני מאמין‟.

דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער „יו־ען‟, באַן קי־מון, האָט באַגריסט דעם עולם, און געזאָגט: „לאָמיר ווערן אינספּירירט פֿון די מענטשן וואָס האָבן געהאַט דעם קוראַזש זיך זאָרגן פֿאַר אַנדערע; געוויינטלעכע לײַט, וועלכע האָבן געטאָן אויסערגעוויינטלעכע זאַכן אָפּצוהיטן די מענטשלעכע ווערדע.‟

איבער דער וועלט זענען פֿאָרגעקומען אונטערנעמונגען, לזכּרון דעם חורבן, און בפֿרט בנוגע דער העלדישקייט וואָס מע האָט אַרויסגעוויזן צו ראַטעווען אַנדערע.


צווישן די 2,819 באַפֿרײַטע קאַצעטלער פֿון אוישוויץ זײַנען געווען 180 קינדער; 52 פֿון זיי זײַנען קוים אַלט געווען 8 יאָר. ווי אַזוי האָט זיך זיי אײַנגעגעבן איבערצולעבן דעם גיהנום? זיי זײַנען געווען רוישטאָף פֿאַר די מעדיצינישע עקספּערימענטן, אָנשטאָט מײַז און קראָליקעס.

די מערדער־דאָקטוירים האָבן געהאַט אַן אינטערעס נישט צו קינדער בכלל, נאָר צו געוויסע קינדער: זיי האָבן דורכגעפֿירט זייערע עקספּערימענטן איבער די צווילינגען. דווקא די צווילינגען זײַנען געווען אַ באַזונדערער שטאָף פֿאַר די אויספֿאָרשונגען, געפֿירט פֿון ד”ר מענגעלע און ד”ר שמידט. יענע קינדער, וועלכע ס’האָט נישט “אָפּגעגליקט” צו זײַן פֿאַרפּײַניקט דורך די “עס־עס”־דאָקטוירים, פֿלעגט מען גלײַך אומברענגען.

קיין נעמען האָבן די קינדער־שטאָף נישט געהאַט; מע פֿלעגט זיי דערקענען פֿון די נומערן, טאַטויִרט אויף זייערע אויסגעדאַרטע הענטעלעך.