בוענאָס־אײַרעס (רויטערס). — ישׂראל און אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס איבער דער וועלט האָבן פֿאַרדאַמט דעם פּלאַן מצד אַרגענטינע און איראַן צו שאַפֿן אַ קאָמיסיע אויסצופֿאָרשן דעם אויפֿרײַס פֿונעם ייִדישן קהילה־צענטער „אַמיאַ‟ אין בוענאָס־אײַרעס, אין 1994. די אַרגענטינער געריכטן זאָגן שוין פֿון לאַנג, אַז איראַן האָט געשטיצט דעם אַטאַק, וואָס האָט אומגעבראַכט 85 מענטשן.
„מיר זענען שאָקירט און שטאַרק אַנטוישט וועגן דעם הסכּם צווישן אַרגענטינע און איראַן, און מיר וועלן אַרויסרופֿן דעם אַרגענטינער אַמבאַסאַדאָר צו דערקלערן וועגן דעם,‟ האָט דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטעריום דערקלערט.
די גרינדונג פֿון דער קאָמיסיע, וואָס איז געמאָלדן געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך, איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַ דיפּלאָמאַטישער נצחון פֿאַר איראַן, בעת די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַ צאָל אַנדערע לענדער באַמיִען זיך צו איזאָלירן טעהעראַן צוליב איר נוקלעאַרער פּראָגראַם.
לויטן הסכּם, וואָס דאַרף באַשטעטיקט ווערן דורכן אַרגענטינער פּאַרלאַמענט, וועלן די אַרגענטינער באַאַמטע אינטערוויויִרן די פֿאַרדעכטיקטע אין איראַן, און נישט אין אַ דריט לאַנד, ווי אַרגענטינע האָט געהאַט פֿאָרגעלייגט.
„שאַפֿן אַ בשותּפֿותדיקע אויספֿאָרש־קאָמיסיע מיט איראַן איז ממש אַ חוזק,‟ האָט שמעון סעמיועלס, דער דירעקטאָר פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען בײַם „שמעון וויזנטאַל־צענטער‟, מאָנטיק באַמערקט. „עס וועט ריינוואַשן דעם טעראָריזם, און מוטיקן די מולאַס צו שטיצן נאָך מער טעראָריסטישע אַטאַקן.‟
„דאָס שאַפֿן אַן אויספֿאָרש־קאָמיסיע, מחוץ די געוויינטלעכע אַרגענטינער פּראָצעדורן פֿאַר פֿאַרברעכער, איז אַ סימן, אַז אונדזער סוּווערעניטעט פֿאַלט,‟ האָבן מאָנטיק דערקלערט די צוויי הויפּט־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַרגענטינע, „אַמיאַ‟ און „דאַיאַ‟. „וואָס שייך דער גערעכטיקייט אין דעם ענין, איז עס אַ טראָט אויף צוריק,‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.