אין 1948 האָט אין מדינת־ישׂראל אַ גרופּע זאַמלערס און פֿאָרשער, דער עיקר, אָפּשטאַמיקע פֿון מיזרח־אייראָפּע, געשאַפֿן די „ידע־עם‟־געזעלשאַפֿט, און איינער פֿון די צילן פֿון דער גרופּע איז געווען צו פֿאַרשפּרייטן אַן אינטערעס צום ייִדישן פֿאָלקלאָר דורך דעם זשורנאַל מיטן זעלבן נאָמען. אינעם זעלבן יאָר האָט די געזעלשאַפֿט דורכגעפֿירט די ערשטע פֿאָלקלאָר־קאָנפֿערענץ אין ישׂראל, און אין די ווײַטערדיקע יאָרן, אויך אָפּגעהאַלטן וויכטיקע פֿאַרזאַמלונגען. אין די נומערן פֿונעם זשורנאַל ליגט אַן אוצר פֿונעם פֿאָלקלאָר פֿון אַלע ייִדישע עדות איבער דער וועלט, ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אַרײַנגענומען.
דער לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון „ידע־עם‟ איז געווען יום־טובֿ לעווינסקי, און ביז זײַן טויט אין 1972 איז דער זשורנאַל דערשינען רעגולער אָנגעפּיקעוועט מיט פֿאָלקלאָר. לעווינסקי האָט געשריבן אויף אַ סך פֿאָלקלאָרישע טעמעס בפֿרט בנוגע מינהגים. דער זשורנאַל קומט ווײַטער אַרויס פֿון צײַט צו צײַט אונטער דער רעדאַקציע פֿונעם חשובֿן שרײַבער יצחק גנוז.
מע קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז פֿאַרן ייִדישן עטנאָגראַף האָט די יונגע מדינה אין יענע יאָרן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אוצר פֿון פֿאָלקלאָר, נישט נאָר בײַ די אַשכּנזים, נאָר אויך בײַ אַלע ייִדישע עטנישע גרופּעס. אין איין נומער „ידע־עם‟ אין 1950 קען מען געפֿינען מאַטעריאַלן וועגן ימים־טובֿים בײַ די טערקישע ייִדן, תּימנער משפּחה־לעבן, און כּפּרות שלאָגן בײַ די בוכאַרער ייִדן. לעווינסקי האָט אין זײַן עסיי פֿאַרגליכן די ערלה פֿונעם קינד מיטן פּיטום פֿונעם אתרוג.
אָבער דעם פֿאָלקלאָר פֿון דער ייִדישער שפּראַך האָט מען נישט פֿאַרגעסן. דבֿ סדן, אין זײַן אַרבעט „חרוזי ילדים‟, שרײַבט וועגן וווּלגאַרע קינדערישע גראַמען און ווערטלעך, ווי „נאַקעטע האָליציע, שפּרינג אויף דער פּאָליצע‟; אַ גראַם, מיט וועלכן מע רייצט זיך מיט אַ נאַקעטן, אָדער, האַלב־נאַקעטן קינד. נאָך אַ משל (וואָס מע מעג דרוקן אין צײַטונג) — „דו הייסט דען נטע? אַ מכּה ווער ס׳האָט חרטה‟.
פֿונעם ערשטן נומער האָט די רעדאַקציע זיך באַמיט אָפּצודרוקן סײַ די ווערטער, סײַ די מוזיק פֿון די לידער וואָס די זאַמלערס האָבן אַרײַנגעשיקט, און אַ דאַנק דעם קען מען די זעלטענע לידער הײַנט פֿאָרשטעלן. הרבֿ אשר פּריצקער האָט פֿון די מתנגדים אין שקלאָוו זיך אויסגעלערנט „דער גילגול פֿונעם רבין‟, און די מעלאָדיע ווערט אָפּגעדרוקט זײַט בײַ זײַט מיט די ווערטער. אינעם זעלביקן נומער דרוקט מען אויך 5 נוסחאָות פֿון „קומו לעבֿודת הבורה‟, וואָס מע זינגט אויפֿצוּוועקן דאָס שטעטל, מע זאָל גיין אויף סליחות. אַן אַנדער מוסטער פֿון דעם געזאַנג קען מען הערן אויף רות רובינס פּלאַטע פֿון פֿעלד־רעקאָרדירונגען. גבֿריאל גרד האָט בײַגעשטײַערט דרײַ לידער פֿון טעלז וועגן די מחותּנים אויף דער חתונה, דער ערשטער:
לאָמיר ברענגען צוויי גבאָים,
און לאָמיר נעמען שרײַבן תּנאָים.
טינט און פֿעדער און פּאַפּיר
מײַן טאָכטער מזל־טובֿ דיר!
געקראָגן אַן איידעם אַן אבֿן־טובֿ.
אַן אבֿן־טובֿ איז זייער שיין
צו בלאַנקע ספֿרים גייט ער שוין…
טייל שרײַבער האָבן אָפּגעדרוקט וואָס זיי האָבן געדענקט פֿון דער אַלטער היים, און אַנדערע האָבן געזאַמלט פֿון די נײַע אימיגראַנטן אין לאַנד. אין געוויסע זשאַנערן לייענט מען דאָ מאַטעריאַלן צום ערשטן מאָל. אין אַ ספּעציעלן „טאַנץ־אָפּטייל‟ אין 1960 האָט צבֿי פֿרידהאַבער פֿון חיפֿה, אַ פּיאָנערישער פֿאָרשער פֿון ייִדישע פֿאָלקס־טענץ, געשריבן מכּוח דעם שורש פֿון די ישׂראלדיקע „פֿאָלק‟־טענץ. אין נאָך אַן אַרטיקל פֿון י״ל סבֿיגיל באַשרײַבט ער חתונה־ און לוויה־טענץ. דוד טאָמבאַק פֿון ניו־יאָרק דערמאָנט זיך אינעם „פֿלאַקסטאַנץ‟ פֿון דער ליטע, און אַנדערע באַשרײַבן אַ „ברוגזטאַנץ‟, אַ „לאָמיר זיך איבערבעטן‟־טאַנץ, „אַ גזלן טאַנץ‟, אַ „סודות טאַנץ‟. מיט ייִדישע טענץ האָבן פֿאָלקלאָריסטן אין אַמעריקע זיך ערשט פֿאַרנומען אין די 1980ער יאָרן, ווען די פֿאָרשער מיישקע אַלפּערט, זאבֿ פֿעלדמאַן און לי־עלען פֿרידלאַנד האָבן אָנגעהויבן זיי צו זאַמלען און פֿאַרשרײַבן. פֿרידהאַבער האָט מיט 20 יאָר פֿריִער געוויזן דעם וועג צו דער טעמע אין ישׂראל.
אַזוי ווי איך האָב געפֿאָרשט די פֿאָלקלאָר־אַרבעט פֿונעם לאָדזשער פּאָעט באַקאַנט ווי הערשעלע (הערשל דאַנילעוויטש), וועלכער איז אומגעקומען פֿון הונגער אין וואַרשעווער געטאָ, טוט מיר הנאה, ווען איך זע אומבאַקאַנטע מאַטעריאַלן, וואָס ער האָט געזאַמלט. מע דאַרף נאָך אַרײַנקוקן אינעם אַרכיוו פֿונעם זשורנאַל „רשימות‟ וואָס ח. נ. ביאַליק און י. ה. ראַווניצקי האָבן רעדאַקטירט, ווײַל עס קען זײַן, אַז הערשעלע האָט אַהין אַרײַנגעשיקט פֿון וואַרשע הונדערטער ייִדישע לידער, וואָס ער האָט אָנגעזאַמלט. אינעם נומער פֿון 1960 דרוקט מען „דער רבי האָט געזאָגט‟
דער רבי האָט געזאָגט און געזאָגט,
אַז ראָש־השנה טאָר מען נישט.
אָבער מיטן שופֿר
מעג מען דאָך יאָ!
דער רבי האָט געזאָגט און געזאָגט,
אַז יום־כּיפּור טאָר מען ניט.
אָבער מיטן קיטל
מעג מען דאָך יאָ!
דער רבי האָט געזאָגט,
אַז סוכּות טאָר מען נישט.
אָבער מיטן לולבֿ
מעג מען דאָך יאָ!
די גאַנצע 12 סטראָפֿעס וועלן מיר נישט דרוקן, אָבער דערצו האָט מען די מעלאָדיע אָפּגעדרוקט און אַזוי אַרום „געראַטעוועט‟ דאָס ליד.
„ידע־עם‟ האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף פֿאָלקלאָר בעל־פּה, אָבער דאָ און דאָרט נעמט מען אַרײַן אויך וויזועלע אַספּעקטן פֿון עטנאָגראַפֿיע. אין איין נומער האָט פּראָפֿ׳ יוליאַן באַרטיש פֿון לאָדזשער אוניווערסיטעט אָפּגעדרוקט פֿאָטאָגראַפֿישע פּאָרטרעטן פֿון פּוילישע ייִדן אין די 1870ער און 1880ער יאָרן. דער פֿאָטאָגראַף מיכאל גריים האָט געשטאַמט פֿון קאַמענעץ־פּאָדאָלסק. אין אַן אַנדער נומער שרײַבט מען וועגן „מליצה גרפֿית‟, דעם גראַפֿישן אַספּעקט פֿונעם כּתבֿ אינעם 19טן יאָרהונדערט.
יעדעס מאָל וואָס איך קוק איבער די אַלטע נומערן פֿון „ידע־עם‟ (איך האָב געקויפֿט כּמעט אַ קאָמפּלעט אין אַ ביכער-קראָם אין ירושלים), געפֿין איך נײַע אוצרות פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר. דערווײַל זע איך נישט דעם זשורנאַל דיגיטאַליזירט אויף דער וועבזײַט, אָבער איך האָף, אַז אין גיכן וועלן אַלע האָבן אַ צוטריט צו דעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.