דער שרײַבער יוסף הען געהערט צו דעם לעצטן דור פּױליש־ייִדישע ליטעראַטן, װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן אין װאַרשע פֿאַרן חורבן. זײַן מעמואַר „נאָװאָליפּיע־גאַס” איז אַרױס אױף פּױליש מער װי צװאַנציק יאָר צוריק און איז איבערגעזעצט געװאָרן אױף עטלעכע שפּראַכן. סוף־כּל־סוף איז דאָס דאָזיקע מײַסטערװערק געװאָרן צוטריטלעך דעם ענגלישן לײענער, און דערצו אין אַ שײנער איבערזעצונג פֿון קריסטינאַ באָראָן.
הען איז אַ פּראָדוקטיװער מחבר, מיט צענדליקער פּובליקאַציעס אין פֿאַרשידענע זשאַנערס׃ קינאָ־סצענאַרן, ביאָגראַפֿישע שטודיען, ראָמאַנען, עסײען, זכרונות. ער שטאָלצירט מיט דעם, װאָס כּמעט זײַן גאַנץ לעבן האָט ער זיך מפֿרנס געװען װי אַ פֿרײַער ליטעראַט און ניט געדאַרפֿט דינען אין קײן מלוכישע אָדער עפֿנטלעכע אַנטשטאַלטן. אַזױ אַרום האָט ער אָפּגעהיט זײַן אומאָפּהענגיקײט פֿון דער קאָמוניסטישער מאַכט.
זײַן לעבנס־געשיכטע איז „טיפּיש” פֿאַר דער קליינער צאָל פֿון פּױליש־ייִדישע אינטעליגענטן, װאָס האָבן געהאַט דעם גוטן מזל איבערצולעבן אַלע צרות פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. דאָס הײסט, אַז ער איז פֿאַרבליבן לעבן אַ דאַנק אַ גאַנצער רײ נסים, װאָס האָבן צופֿעליק געראַטעװעט זײַן לעבן. געבױרן אין 1923 אין אַ רעלאַטיװ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער משפּחה (זײַן פֿאַמיליע־נאָמען איז געװען צוקער), איז יוסף הען אױפֿגעװאַקסן אינעם סאַמע צענטער פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער װאַרשע. און אין זײַנע זכרונות איז ער מיט גרױסער התמדה מחיה־מתים דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין די סאַמע קלײנע פּרטים. װי אײנער פֿון די סאַמע לעצטע עדות פֿון יענער צײַט, האַלט ער פֿאַר זײַן מאָראַלישן און קינסטלערישן חובֿ אָפּצוהיטן דעם לעצטן אָנדענק פֿון זײַנע שכנים און זײַן משפּחה, װאָס כּמעט אַלע זײַנען זײ אומגעקומען אינעם חורבן.
װען די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט װאַרשע, איז הען געװען 19 יאָר אַלט. אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלױפֿן קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, צוערשט אױף אוקראַיִנע, װוּ ער האָט געבױט דעם שאָסײ צװישן לעמבערג און קיִעװ, און דערנאָך קײן אוזבעקיסטאַן, װוּ ער איז שיִער ניט אױסגעגאַנגען פֿון הונגער. געראַטעװעט האָט אים די אַרמײ־דינסט, און ער האָט זיך אומגעקערט קײן פּױלן װי אַן אָפֿיציר פֿון דער סאָװעטיש־פּױלישער „פֿאָלקס־אַרמײ”.
הען ציט זײַן ליטעראַרישן ייִחוס פֿונעם יוגנט־זשורנאַל „מאַלי פּזשעגלאָנד” („קלײן רעװיו”), װאָס איז געשאַפֿן געװאָרן דורך יאַנוש קאָרטשאַק אין 1926 און איז אַרױסגעגאַנגען ביז 1939. נאָך דער מלחמה האָט יוסף הען געפֿונען אַ מער־װײניקער רויִקן װינקל אין דער פּױלישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, הגם פֿון צײַט צו צײַט האָט ער געמוזט אױסהאַלטן אַנטיסעמיטישע רדיפֿות. די אַנטיסעמיטן אױף צו להכעיס האָט ער ניט געװאָלט פֿאַרלאָזן פּױלן, כאָטש זײַן מוטער האָט געלעבט אין ישׂראל.
אין זײַן ליטעראַרישן געשמאַק איז הען גאַנץ קאָנסערװאַטיװ. ער האַלט זיך פֿאַר אַ רעאַליסט און האָט ליב אײראָפּעיִשע קלאַסיק, בפֿרט די רוסישע און די פֿראַנצױזישע ליטעראַטור. און דװקא אָט די קלאַסישע השפּעה מאַכט „נאָװאָליפּיע־גאַס” באַזונדערס חנעװדיק. דאָס בוך איז אַן אָפּקלאַנג פֿון מאַסעל פּרוסטס עפּישן ראָמאַן „אין זוכענישן נאָך די פֿאַרלױרענע צײַטן”. דער סאַמע קלענסטער פּרט פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער װאַרשע פֿאַרמאָגט אין הענס אױגן אַן אוניקאַלן װערט, װײַל דאָס דאָזיקע לעבן איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אָן שפּורן. דער טאָג־טעגלעכער הו־האַ פֿון אַ װאַרשעװער הױף, באַװױנט מיט פֿילצאָליקע ייִדישע און ניט־ייִדישע תּושבֿים װערט אױסגעמאָלט אי עטנאָגראַפֿיש אי קינסטלעריש. אָבער די אונטערשטע שורה פֿון יעדער שילדערונג אָדער עפּיזאָד, בלײַבט די זעלבע: „איך װײס ניט, װי אַזױ זײ זײַנען אומגעקומען”.
הען פֿאַרמאָגט אַ שטאַרקן כּוח־הזכּרון, װאָס איז געװאָרן נאָך שאַרפֿער מיטן עלטער. ער האַלט עס פֿאַר נאַטירלעך, אַז װי אַן אַלטער ייִד קומט ער צוריק צו זײַנע קינדער־יאָרן אין זײַן ליטעראַרישער שאַפֿונג. אָבער זײַנע שילדערונגען האָבן ניט נאָר אַ ליטעראַריש־קינסטלערישן װערט. ער פֿאַרפֿיקסירט זײער פּינקטלעך כּלערלײ קולטורעלע און סאָציאַלע ענדערונגען, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אינעם לעבן פֿון פּױלישע ייִדן אין משך פֿון די 1920ער און די 1930ער יאָרן. די סימנים פֿון אַסימילאַציע זײַנען געװען אומעטום. למשל, ער מערקט אָפּ װי אַ סך תּושבֿים פֿון זײַן הױף האָבן מיט דער צײַט אױפֿגעהערט צו בױען סוכּות בעתן יום־טובֿ. מען איז אױך געװאָרן װײניקער אָפּגעהיט מיט כּשרות און שבת.
„בײַ מיר איז קײן מאָל ניט געװען קײן קאָנפֿליקט צװישן דער ייִדישער געשיכטע פֿון תּנ״ך און דער פּױלישע געשיכטע. פֿאַרקערט, אײנע האָט געשטיצט די אַנדערע אין מײַן האַרצן. בײדע געשיכטעס זײַנען געװען גאַנץ ענלעך׃ אין בײדע פֿאַלן זײַנען די זאַכן געגאַנגען באַרג–אַראָפּ, פֿון גדולה צו מפּלה” — אַזױ באַשרײַבט הען זײַן אױפֿװאַקסן „צװישן צװײ װעלטן” — דער ייִדישער און דער פּױלישער. זײַן פֿאָטער, װאָס האָט געשטאַמט פֿון אַ פֿרומער משפּחה און האָט זיך אַרױפֿגעאַרבעט פֿון אַ שלאָסער צו אַ רעלאַטיװ פֿאַרמעגלעכן געשעפֿטסמאַן, האָט זיך קײן מאָל ניט אױסגעלערנט צו לײענען פּױליש, בעת זײַן זון האָט געשלונגען הונדערטער פּױלישע ביכער און געשריבן אײגענע דערצײלונגען אױף פּױליש פֿונעם עלטער פֿון אַכט יאָר.
הען האָט זיך געלערנט אין אַ פּריװאַטער ייִדישער גימנאַזיע און איז געװען אין גאַנצן פֿאַרטאָן אין דער פּױלישער קולטור. אָבער ניט געקוקט אױף זײַן אײַנגעװאָרצלטקײט אין דער דאָזיקער קולטור, פֿילט ער זיך װי אַ יתום. ער זאָגט, דרך־אַגבֿ, װעגן זײַן שול׃ „עס איז ניטאָ קײן אָנדענק־שילדל אױפֿן אָרט פֿון אונדזער גימנאַזיע. אונדזער צאָל איז געבליבן צו קלײן, אַז מיר זאָלן קאָנען עס אױפֿשטעלן”. און דאָס איז דער לײט־מאָטיװ פֿונעם גאַנצן בוך׃ דאָס אַמאָליקע לעבן איז אױסגעמעקט געװאָרן, און קײנער איז ניט פֿערבליבן אַפֿילו אױף אױפֿצושטעלן אַן אָנדענק־שילדל נאָך די אַלע אומגעקומענע מענטשן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.