אַ סך מענטשן, ווען מע וואָלט בײַ זיי געפֿרעגט, וועלכע מחלות זענען די סכּנותדיקסטע, וועלן, מסתּמא, אָנרופֿן ראַק און „איידס‟ — דער סינדראָם פֿון אימוניטעט-מאַנגל, וועלכער ווערט פֿאַרשפּרייט דורך דעם ווירוס ״HIV״.
מיט אַ יאָר צוריק האָט אַ גרופּע דאָקטוירים בײַם אָנקאָלאָגישן „אַבראַמסאָן־צענטער‟ בײַם פּענסילוועניער אוניווערסיטעט, בראָש מיט ד״ר קאַרל דזשון, איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן געשאַפֿן אַ גענעטיש־מאָדיפֿיצירטע ווערסיע פֿונעם דערמאָנטן ווירוס, וועלכער טראָגט נישט אין זיך אַ סכּנה פֿון „איידס‟ און אַטאַקירט די ראַק-צעלן אינעם מענטשלעכן אָרגאַניזם. די רעזולטאַטן פֿון דער דאָזיקער פֿאָרשונג זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם „נײַ־ענגלענדער זשורנאַל פֿון מעדיצין‟.
נישט לאַנג צוריק האָט די פּרעסע איבערגעגעבן, אַז אַ זיבן-יאָריק מיידל אין פֿילאַדעלפֿיע מיטן נאָמען עמילי ווײַטהעד, איז אינגאַנצן אויסגעהיילט געוואָרן פֿון אַ גאָר-שווערער לייקעמיע. ווײַטהעד איז געווען איינע פֿון עטלעכע פּאַציענטן, וועלכע האָבן מסכּים געווען אויסצופּרוּוון דעם מאָדיפֿיצירטן ״HIV״־ווירוס, ווײַל קיין אַנדערע מיטלען וואָלטן זיי נישט געקאָנט העלפֿן. דער עקספּערימענט האָט געוויזן ממש וווּנדערלעכע רעזולטאַטן. ס׳זעט אויס, אַז דער ווירוס האָט פֿאַרניכטעט די ראַק-צעלן; מיט עטלעכע חדשים פֿריִער האָט ווײַטהעד געהאַלטן בײַם שטאַרבן, און איצט איז זי אין רעמיסיע.
נאָך עטלעכע פּאַציענטן האָבן זיך אויסגעהיילט פֿון ראַק. הגם אין צוויי פֿאַלן האָט די נײַע טעראַפּיע בכלל נישט געהאָלפֿן, האָפֿן די דאָקטוירים צו פֿאַרבעסערן דעם מעטאָד. די טעראַפּיע גופֿא איז נישט פֿון די גרינגע רפֿואות; ווײַטהעד איז שיִער נישט געשטאָרבן אינעם פּראָצעס. אַ צאָל פֿירנדיקע אָנקאָלאָגן האָבן אָבער באַטאָנט, אַז די רעזולטאַטן זענען „פֿאַנטאַסטישע‟, און אַז די המצאה צו פֿאַרוואַנדלען דעם ווירוס ״HIV״ אין אַ מעכטיק געווער קעגן ראַק קאָן ברענגען אַ גאַנצע רעוואָלוציע אין מעדיצין.
אַ גרופּע פֿאָרשער פֿונעם סטענפֿאָרד-אוניווערסיטעט האָט נישט לאַנג צוריק איבערגעגעבן וועגן אַן אַנדער חידושדיקן עקספּערימענט מיט גענעטישע מאָדיפֿיקאַציעס. זיי האָבן געביטן די אַזוי-גערופֿענע ״T״-צעלן — די זעלבע, וואָס אין דער דערמאָנטער חידושדיקער טעראַפּיע זענען אויסגענוצט געוואָרן צו באַקעמפֿן ראַק — אויף אַזאַ אופֿן, וואָס „איידס‟ קאָן זיי נישט שאַטן. די פֿאָרשער האָפֿן, אַז דער נײַער מעטאָד וועט, מעגלעך, קאָנען העלפֿן די קראַנקע אויף „איידס‟ זיך צו באַגיין אָן טעגלעכע מעדיקאַמענטן. אַנשטאָט צו געבן אַ רפֿואה, קאָן מען ענדערן די עצם-צעלן אינעם גוף און צוגעבן זיי אַ ספּעציעלן בלאָק קעגן „איידס‟.
פֿאַרשיידענע מינים גענעטישע טעראַפּיעס איז אַ רעלאַטיוו נײַ געביט אין מעדיצין, וואָס ווערט איצט אַקטיוו אַנטוויקלט אַרום דער וועלט. נישט אַלע מענטשן זענען אָבער צופֿרידן מיט אַזעלכע פֿאָרשונגען. אַ ריי עקאָלאָגישע אָרגאַניזאַציעס זענען בפֿירוש באַזאָרגט מיט גענעטישע טעכנאָלאָגיעס, האָבנדיק מורא פֿאַר מעגלעכע בײַ־עפֿעקטן. אויב מע הייבט שוין אָן איבערמאַכן סכּנותדיקע ווירוסן און „פֿאַרבעסערן‟ מענטשלעכע צעלן, טענהן זיי, ווער ווייסט, ווי ווײַט קאָנען אַזעלכע עקספּערימענטן דערפֿירן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.