ייִדיש — אַ גלײַכער שותּף צום שפּראַכן־באַשאַף

Yiddish - A Language Like Any Other

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 31, 2013, issue of February 15, 2013.

אַלע שפּראַכן דריקן אויס די פֿאָדערונגען פֿון יעדן באַזונדערן פֿאָלק, אַזוי אַרום זײַנען מיר גלײַכע שותּפֿים אין גאַלאַקטישן קרײַז פֿון דיבורים. דער גלויבן, אַז עס זײַנען פֿאַראַן לשונות וואָס גדלען זיך און האַלטן זיך אין גרויסן מיט זייער עלאָקווענץ, איז נישט מער ווי פּוסטע רייד.

נעמט צום בײַשפּיל די אַראַבער וואָס האַלטן, אַז זייער קלאַסישע שפּראַך איז דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל, זי צעגייט גראַמאַטיש אין אַ סימעטריש לעקסישער עשירות.

די דײַטשן ווידער האַלטן, אַז זייער לשון איז דאָס מערקווערדיקסטע פֿון אַלע. זיי גלייבן, אַז אדם־הראשון האָט דווקא גערעדט דײַטש אין גן־עדן, אַז די תּורה איז געשריבן געוואָרן אויף דײַטש און גאָט אַליין האָט זי איבערגעזעצט אויף לשון־קודש.

מען זאָגט, אַז טשאַרלס דער פֿינפֿטער (1519—1558) האָט גערעדט פֿראַנצויזיש מיט מענער, איטאַליעניש מיט פֿרויען, שפּאַניש מיט גאָט און דײַטש מיט די פֿערד.

דער שוועדישער שרײַבער אַנדרעאַס קעמפּע (1622—1689) האָט זיך געלאָזט וווילגיין ווען ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סאַטירישן שאַרזש וווּ ער שילדערט, אַז אדם הראשון האָט גערעדט דעניש אין גן־עדן, גאָט האָט גערעדט שוועדיש און די שלאַנג האָט גערעדט אַ קלאַסישן פֿראַנצויזיש.

מײַן מאַמע ווידער האָט מיר איבערגעלאָזט אַ רײַכע ירושה — נעמלעך ייִדיש, און נישט סתּם אַזוי ייִדיש, נאָר איר לאָדזשער אויסשפּראַך. מען האָט בלויז געקאָנט פֿאַרגלײַכן איר דיאַלעקט מיט אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער. איך האָב פֿאַרגליכן די פֿידל צום „ליטוואַקיסן לאָסן“ — גרויס חשיבֿות, העכסט ראַפֿינירטקייט, הויכע פֿענצטער, און אַמאָל אָן הומאָר און צומאָל שטײַף; דער עיקר, פֿעלט זיי דער „דאָס“ און דאָס וואָס עס פֿעלט זיי דער „דאָס“ קען אַמאָל שטערן צום שידוך.

די פּיאַנע ווידער קאָן מען צוגלײַכן צום אוקראַיִנישן ייִדיש, מיט איר האַרמאָנישן שניט. ווען עמעצער זינגט אויס דעם דיאַלעקט זעט מען גרינע לאָנקעס, זיסע באַרן ביימער און וואַסער־ליליעס פֿאַרדעקן בלויע וואַסערלעך.

דעם קלאַרינעט קאָן מען פֿאַרגלײַכן צום גאַליציאַנער דיאַלעקט; בײגעוודיק, קרעפֿטיק און איבערצײַגעוודיק. אָנזעעוודיק, בייגעוודיק מיט אַ פֿול מויל געלעכטער.

דער סאַקסאָפֿאָן איז געגליכן צום בעסאַראַבישן לשון. צומאָל האַלט עס נישט מיט מיט דער רעשט ייִדיש רעדער, מאָדנע אָבער פּאָעטיש, אַרכאַיִש אָבער פֿריש ווי דער באַגינען.

די האַרפֿע שפּילט אויס אַ רומעניש שטיקעלע, כּישופֿט אונדז מיטן געזאַנג פֿון דער גאָלדענער פּאַווע, אַ טשאַטע פֿייגל שטראָמען דורך דער לופֿט, קאָקעטישע לבֿנה וויזיעס בעת זי באַהאַלט זיך צווישן די וואָלקן, דורשטיק נאָך אַ גלעזעלע י“ש.

די וויאָלע איז וואַרשע — אויסגעצויגן, קאָמיש און צוציִענדיק, זאָגט אָן וועגן אַן אינטעלעקטועלער וועלט צוזאַמען מיט טאַשן־ציִער.

און צום סוף קומט לאָדזש, די וויאָלענטשעל פֿון אַ דיאַלעקט. נישט מיר נישט דיר גיט עס זיך אַ שפּאַר אָן אין אַ רעטשיטאַטיוון פֿראַגמענט און אין מיצקע דרינען אַ סטאַקאַטאָ, פֿאַרענדיקנדיק זיך אין אַן אָווערטורע. מיטאַמאָל מישט עס זיך אויס מיט דעם שאַלן פֿון אַ שופֿר און מיטאַמאָל לאָזן זיך די פֿיס צום טאַנצן, די הענט צום פּליעסקען און דאָס מויל צום זינגען.

און אין מיטן די דיריגענטקע — מײַן מאַמע מיטן לאָדזשער דיריגיר־שטעקעלע. דאָס פֿירט זי דעם אָרקעסטער איבער די טענער פֿון איר לאָדזשער זינג־זאַנג — ייִדיש. ס’איז אַ מוזיקאַליש לשון — ייִדיש, אַן אחד־במינו.

און איר מוזט וויסן זײַן, אַז בשום־אופֿן ענדלט נישט אונדזער שפּראַך אין דער אינטאָנאַציע צי ווערטערלעך צו די שפּראַכן פֿון אונדזערע גאַסט־געבער. קיין איין פּערסיער וועט נישט פֿאַרשטיין אַ ייִדיש־לשון וואָס הייסט „דזשידי,“ אָדער אַן אַראַבער — „מוגראַבי‟, אַ שפּאַניער — לאַדינאָ, אַ דײַטש, אַ פּאָליאַק אָדער רוס — ייִדיש.

יעדער שפּראַך איז אַ צונויפֿשמעלץ־לשון, נישטאָ קיין אויסנאַמען. פֿאַראַן איבער פֿינף טויזנט שפּראַכן אויף דער וועלט, צווישן זיי קען זײַן אַ מיעוט רעדער פֿון אַ לשון, נאָר קיין אחד, קיינער וועט נישט וואַגן צו דערנידעריקן זייער אייגענע רעד־שפּראַך. פֿאַרקערט, מען האַלט זיך אָן אין איר מיט אײַזערנע צוואַנגען. אינטערעסאַנט צו באַמערקן דערבײַ, אַז די וועלט קימערט זיך נישט דערמיט, ווײַל קיינעם גייט עס נישט אָן, אַ חוץ ווען עס קומט צו ייִדיש. בלויז ייִדיש לאָזט מען נישט צו רו. נאָר מ’אונטערזוכט זי ווי אַ חולה־מסוכּן און מ’גיט אַרויס טעגלעכע ידיעות.

ד״ר מאַקס ווײַנרײַך האָט אַמאָל דערציילט. —

„מען האָט אַמאָל אָפּגעשטעלט אַ ייִנגעלע אין שטעטל און בײַ אים געפֿרעגט: ׳זאָג מיר ייִנגעלע, אפֿשר ווייסטו אַ וועלכע שפּראַך האָט אַמאָל גערעדט משה רבינו? האָט ער געענטפֿערט: ׳אַ גאַנצע וואָך האָט משה רבינו גערעדט ייִדיש, שבת האָט ער גערעדט לשון־קודש׳.“

אויף אַזוי פֿיל איז ייִדיש געווען אײַנגעבאַקן בײַ אונדז ייִדן. גיי ווייס, אַז עס וועט קומען אַ צײַט און ייִדן וועלן זיך ברעקלען דערמיט. און זי באַהאַנדלען ווי אַ חולה מסוכּן.

ווי האַלט ייִדיש נעבעך? זי זשיפּעט נאָך? צי זי ליגט אין אַ הינערפּלעט? זי זעט שוין אויס ווי אַן אַפּגעשלאָגענע הושענא, ווי אַ צעקראָכענער לולבֿ רחמנא־לצלן. דו זאָגסט זי איז שוין נישט מער צום דערקענען? אַזוי גאָר? כ’וואָלט געשוווירן זי איז שוין אַ בר־מינן.

„וועמען באַוויינט מען דאָ האַ?“

„ייִדיש זאָגסטו?“

„ס’איז דען אַ שפּראַך? ס’איז אַ זשאַרגאָן זאָגסטו? ס’איז אַ מיש־מאַש, אַ ציקאַליעטשעטער דײַטש.“

„אַזוי גאָר? פֿון וואַנען ווייסטו?“

„מײַן אָנקל האָט מיר געזאָגט און ער ווייסט, ווײַל ער האָט עס געהערט פֿון מיסטער פּעמפּיק, און יענער, האָט עס געהערט פֿון זײַן „קאָזין,“ און דער „קאָזין“ פֿון זײַן קאָזע, וואָס האָט זיך געפּאַשעט אויף דער לאָנקע אין סאַראַטאָגע…“

„און די קאָזע האָט געקענט מעקען אויף ייִדיש?“

„אַוודאי! האָסט שוין אַמאָל געהערט פֿון אַ קאָזע וואָס מעקעט אויף פּאָרטוגעזיש? צום וויפֿלטן מאָל דאַרף מען פֿון ייִדיש פֿאָדערן איר מענטריקע, איר געבורטשײַן.

מיר ייִדן זײַנען אַ טשודנע פֿאָלק. די שפּראַך שפּילט בײַ אונדז נישט קיין ראָלע. מיר פֿאַרגעסן, אַז אונדזער גאַנצע קולטור-ירושה ליגט אײַנגעפֿונדעוועט אין אונדזער לשון, אַנישט זײַנען מיר שטום. און פֿאַרגעסט נישט, אַז אַ פֿרעמד־שפּראַך טראָגט נישט אין זיך אונדזער ייִדישן באַגאַזש, אונדזער קולטור־אײַגנטום.

ווי האָט אַמאָל געזאָגט יצחק באַשעוויס־זינגער?

„און איך וויל נאָך צוגעבן, אַז ייִדיש פֿאַרמאָגט אויך האָרמאָנען וואָס קיין אַנדער שפּראַך פֿאַרמאָגט נישט.‟

ייִדיש מיט איר אייגענער „וועלטאַנשויונג“ טראָגט אין זיך אַלע סודות און דער עיקר אונדזער ייִדישקייט. איז ווידעראַמאָל דאָס אייגענע: אויב משיח וועט אונדז אויסלייזן וועט ער מוזן אויך אויסלייזן ס’ייִדישע לשון.