אַ וואָך נאָכן אָנהייבן זײַן צווייטע קאַדענץ, האָט פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ גערופֿן דעם קאָנגרעס גיך צו געפֿינען אַ מיטל, ווי אַזוי די 11 מיליאָן אומלעגאַלע אימיגראַנטן אין לאַנד זאָלן קאָנען באַקומען בירגערשאַפֿט.
אָבער הגם אָבאַמאַ האָט געלויבט דעם אימיגראַציע־פּלאַן, וואָס אַ גרופּע קאָנגרעסלײַט פֿון ביידע פּאַרטייען האָבן לעצטנס צונויפֿגעשטעלט, האָט זיך אַנטוויקלט אַ חילוקי־דעות צווישן דעם „ווײַסן הויז‟ און די רעפּובליקאַנער, וואָס שייך דעם ענין, גרענעץ־זיכערהייט. די רעפּובליקאַנער האָבן געהאַט געשטעלט אַ באַדינג, אַז מע דאַרף צו ערשט אָננעמען שריט צו פֿאַרשטאַרקן דעם זיכערהייט־מצבֿ אויף דער גרענעץ צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מעקסיקע, איידער מע קאָן אײַנפֿירן אַ סיסטעם צו דערמעגלעכן די אומלעגאַלע אימיגראַנטן צו באַקומען אַ לעגאַלן סטאַטוס.
אָבאַמאַ וויל אָבער, צו ערשט, שטעלן די אומלעגאַלע אימיגראַנטן אויפֿן וועג צו ווערן בירגער. לויט זײַן פּלאַן, וואָלט מען די אימיגראַנטן אויסגעפֿאָרשט, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי זענען נישט באַגאַנגען קיין פֿאַרברעכנס, אָדער שטעלן מיט זיך נישט פֿאָר קיין זיכערהייט־סכּנה. דערנאָך וואָלטן זיי באַצאָלט אַ שטראָף פֿאַר האָבן אַרײַנגעגנבֿעט זיך אין לאַנד, און זיי וואָלטן זיך אויסגעלערנט ענגליש. אָבאַמאַ האָט אויך צוגעזאָגט צו העלפֿן יענע אויסלענדער, וועלכע באַמיִען זיך צו אימיגרירן דורך לעגאַלע מיטלען.
דער חילוקי־דעות האָט אַרויסגערופֿן זאָרג בײַ די רעפּובליקאַנער קאָנגרעסלײַט, וועלכע פּרוּוון צונויפֿשטעלן אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס וועט קאָנען אָנגענומען ווערן אינעם רעפּובליקאַנער־אָנגעפֿירטן רעפּרעזענטאַנטן־הויז.
„לויט מײַן אײַנדרוק — האָט באַמערקט סענאַטאָר מאַרקאָ רוביאָ, אַ לאַטינאָ רעפּובליקאַנער — האַלט אָבאַמאַ, אַז ס׳איז וויכטיקער דורכצופֿירן אימיגראַציע־רעפֿאָרמען אַזוי גיך ווי מעגלעך, אַנשטאָט אַזוי עפֿעקטיוו ווי מעגלעך. אויב מיר וועלן פֿריִער נישט פֿאַרשטאַרקן דעם זיכערהייט־מצבֿ אויף דער גרענעץ, וועלן מיר אין בלויז עטלעכע יאָר אַרום באַדראָט ווערן פֿון מיליאָנען נײַע אומלעגאַלע אימיגראַנטן אין לאַנד.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.