צה״ל האָט דינסטיק בײַ נאַכט אַטאַקירט אַ קאָנוווי אויף דער גרענעץ צווישן סיריע און לבֿנון, אויס זאָרג וועגן דעם גורל פֿון סיריעס כעמישע און אַוואַנסירטע קאָנווענציאָנעלע וואָפֿנס, האָט מיט.וואָך איבערגעגעבן אַ מערבֿדיקער דיפּלאָמאַט, ווי אויך די אָרטיקע זיכערהייט־כּוחות.
די קוואַלן, וועלכע האָבן געבעטן בלײַבן אַנאָנים, האָבן נישט געוווּסט פּינקטלעך וואָס האָט זיך געפֿונען אין די אויטאָס פֿונעם קאָנוווי; ווער האָט זיי געפֿירט, אָדער וווּ דער אַטאַק איז פֿאָרגעקומען.
פֿאַרן אַטאַק האָבן די ישׁראלדיקע הויכע באַאַמטע עפֿנטלעך געוואָרנט וועגן דער סכּנה, אַז הויך־טעכנאָלאָגישע אַנטי־עראָפּלאַן־ און אַנטי־טאַנק־ראַקעטן פֿון סיריע קאָנען אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון „כעזבאָלאַ‟. די באַאַמטע האָבן אויך איבערגעחזרט די וואָרענונג אויסגעדריקט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין שײַכות מיט סיריעס אַרסענאַל פֿון כעמישן געווער.
זונטיק האָט דער ישׂראלדיקער וויצע־פּרעמיער סילוון שלום געזאָגט, אַז אויב ישׂראל וועט זען סימנים, אַז סיריע פֿאַרלירט דעם קאָנטראָל איבער איר וואָפֿן־אַרסענאַל, בעת די אויפֿשטענדלער באַמיִען זיך צו פֿאַרטרײַבן פּרעזידענט באַשאַר אַל־אַסאַד פֿון דער מאַכט, וועט ישׂראל אפֿשר דורכפֿירן איר אייגענע אַקציע.
די ישׂראלדיקע קוואַלן האָבן דינסטיק באַטאָנט, אַז סיריעס אַוואַנסירטע קאָנווענציאָנעלע וואָפֿנס וואָלטן געווען פּונקט אַזוי געפֿערלעך פֿאַר ישׂראל, ווי דאָס כעמישע געווער, טאָמער וואָלטן זיי אַרײַן אין די הענט פֿון די איסלאַמיסטישע אויפֿשטענדלער אָדער „כעזבאָלאַ‟־מיליטאַנטן אין לבֿנון.
די ישׂראלדיקע מעדיאַ האָט די וואָך איבערגעגעבן, אַז דער ישׂראלדיקער עצה־געבער פֿאַר נאַציאָנאַלער זיכערהייט, יעקבֿ אַמידרור, איז געפֿאָרן קיין רוסלאַנד, און דער הויפּט פֿון די מיליטערישע אויסשפּיר־ענינים, גענעראַל־מאַיאָר אַבֿיבֿ קכבֿי, איז געפֿאָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זיך צו האַלטן אַן עצה וועגן די לעצטע אַנטוויקלונגען.
ווי אַ רעזולטאַט פֿון די וואָרענונגען וועגן סיריע און „כעזבאָלאַ‟, האָבן אַ סך ישׂראלים די וואָך באַשטעלט גאַזמאַסקעס בײַ דער רעגירונג. לויט דעם ישׂראלדיקן פּאָסטאַמט, איז דער נאָכפֿרעג די וואָך געווען דרײַ מאָל גרעסער ווי פֿריִער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.