סידני, אויסטראַליע (ייִט״אַ). — עדי דזשאַקו, אַ 92־יאָריקער ייִד, אַ געוועזענער אָסיר פֿון אוישוויץ, איז געווען צווישן עטלעכע ייִדן, וועלכע זענען באַלוינט געוואָרן דעם 26סטן יאַנואַר, דעם אָפֿיציעלן „טאָג פֿון אויסטראַליע‟. דזשאַקו, וועלכער דינט ווי אַ וועגווײַזער בײַם ייִדישן מוזיי אין סידני פֿון 1992, האָט באַקומען אַ „מעדאַל פֿונעם אויסטראַלישן אָרדן‟. בסך-הכּל, זענען בעת די פֿײַערונגען פֿונעם נאַציאָנאַלן טאָג באַלוינט געוואָרן 425 מענער און 146 פֿרויען.
אין אַן אינטערוויו פֿאַר „דזשיי-ווײַר‟, אַן אָרטיקע ייִדישע וועבזײַט, האָט דזשאַקו דערציילט, אַז ער האָט איבערגעלעבט אוישוויץ, אָבער פֿאַרלוירן אַ סך חבֿרים און קרובֿים בשעת דעם חורבן. זײַן ווײַב האָט זיך אויך אײַנגעגעבן איבערצולעבן אינעם קאָנצענטראַציע-לאַגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.