רוים (ייִט״אַ). — אויב דער פּראָיעקט פֿונעם נײַעם חורבן-מוזיי אין איטאַליע וועט פֿאַרווירקלעכט ווערן ווי פּלאַנירט, וועט מען אויפֿשטעלן דעם גרויסן און מאָדערנעם מוזיי-בנין אויף דעם אָרט, וווּ עס האָט געוווינט דער פֿאַשיסטישער דיקטאַטאָר בעניטאָ מוסאָליני. לויט דעם פּלאַן, וועט דער פּראָיעקט קאָסטן 30 מיליאָן דאָלאַר. אויף דעם דאָזיקן אָרט געפֿינט זיך אויך אַ שטאָטישער פּאַרק, אונטער וועלכן די אַרכעאָלאָגן האָבן אַנטדעקט אוראַלטע ייִדישע קאַטאַקאָמבעס.
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם פּראָיעקט האָבן פֿאָרגעלייגט צו עפֿענען דעם חורבן-מוזיי נאָך אינעם יאָר 2005. צוליב פֿאַרשיידענע פֿינאַנציעלע און ביוראָקראַטישע שוועריקייטן האָט זיך אָבער נאָך נישט אײַנגעגעבן צו רעאַליזירן דעם פּלאַן. לעאָן פּאַסערמאַן, דער פּרעזידענט פֿון דער מוזיי-פֿונדאַציע, האָט איבערגעגעבן, אַז מע האָפֿט אָנצוהייבן די בויונג דעם קומענדיקן זומער. פּאַסערמאַן האָט אָבער צוגעגעבן, אַז „אין אַזאַ לאַנד, ווי איטאַליע, איז שווער צו זאָגן פּינקטלעך‟.
דאָס וועט זײַן דער ערשטער חורבן-מוזיי אינעם לאַנד, וואָס האָט געשפּילט אַ געמישטע ראָלע אינעם גענאָציד פֿון ייִדן, נישט געקוקט אויף איטאַליעס מלחמה-אַליאַנץ מיט נאַצי-דײַטשלאַנד. אינעם יאָר 1938 האָט די איטאַליענישע רעגירונג אָנגענומען בפֿירוש אַנטיסעמיטישע געזעצן. צווישן אַנדערן, האָט מען פֿאַרווערט די ייִדן צו לערנען זיך אין שולן, פֿאַרנעמען מלוכישע פּאָזיציעס, חתונה האָבן מיט נישט ייִדן. אין דער זעלבער צײַט, האָט דאָס איטאַליענישע מיליטער זיך אָפּגעזאָגט, בדרך-כּלל, אָנטיילצונעמען אין דער דעפּאָרטאַציע פֿון די אָרטיקע ייִדן אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן. די ייִדישע באַפֿעלקערונג אויף די איטאַליעניש-אָקופּירטע טעריטאָריעס איז געבליבן מער-ווייניקער אין אַ זיכערן מצבֿ.
ווען די איטאַליענישע פֿאַשיסטישע רעגירונג האָט קאַפּיטולירט צו די אַליִיִרטע כּוחות, האָט נאַצי-דײַטשלאַנד אינעם יאָר 1943 איבערגעכאַפּט דעם קאָנטראָל איבערן מערסטן טייל פֿון איטאַליע, און אָנגעהויבן צו דעפּאָרטירן די ייִדן. פּאַסערמאַן האָט דערקלערט, אַז רוים געפֿינט זיך אין אַ דעליקאַטער סיטואַציע, צוליב דער סתּירותדיקער ראָלע פֿונעם פּויפּסט פּיוס דעם צוועלפֿטן און דעם פֿאַרמלחמהדיקן אַנטיסעמיטיזם. פֿונדעסטוועגן, ווי עס האָט צוגעגעבן דער פּרעזידענט פֿון דער מוזיי-פֿונדאַציע, איז איטאַליע אויך אַ לאַנד, וווּ טויזנטער ייִדן האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן אין די מאָנאַסטירן און אַנדערע קאַטוילישע אינסטיטוציעס.
מיט אַ יאָר צוריק, האָט די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע אין רוים גוטגעהייסן דעם ענדגילטיקן פּלאַן פֿונעם מוזיי. שפּעטער, אָבער, האָט דער פּראָיעקט זיך אָפּגעשטעלט צוליב דעם, וואָס די רעגירונג האָט באַגרענעצט די מעגלעכקייט צו באַנוצן זיך מיט די שטאָטישע מוניציפּאַלע פֿאָנדן, וועלכע האָבן זיך געעפֿנט אין דעצעמבער. דזשיאַני אַלעמאַנאָ, דער מעיאָר פֿון רוים, האָט געמאָלדן, אַז די אָרטיקע רעגירונג-אינסטאַנצן וועלן, סוף-כּל-סוף, דערלייזן די ביוראָקראַטישע פֿראַגעס און דערלויבן דעם פּראָיעקט. אין פֿרילינג האָפֿט די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע צו שליסן אַן אָפּמאַך מיט אינטערנאַציאָנאַלע בוי-פֿירמעס און אָנהייבן די בויונג. אַלעמאַנאָ האָט צוגעגעבן, אַז ס׳איז וויכטיק צו עפֿענען דעם מוזיי וואָס פֿריִער, כּל-זמן אין איטאַליע זענען נאָך געבליבן לעבעדיקע מענשטן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן.
דער נײַער מוזיי וועט אויפֿגעבויט ווערן אויפֿן שטח פֿון ווילאַ טאָרלאָניאַ — אַ פּרעכטיק פּריציש הויז פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, וואָס האָט געדינט ווי מוסאָליניס רעזידענץ פֿון 1925 ביז 1943. על־פּי צופֿאַל, האָט מען אינעם יאָר 1919 אַנטדעקט אויף דעם דאָזיקן אָרט אוראַלטע אונטערערדישע טונעלן, אונטער די רחבֿותדיקע גערטנער פֿונעם פּאַרק. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָס זענען אוראַלטע ייִדישע קאַטאַקאָמבעס.
לעאָנאַרד רוטגערס, אַ האָלענדישער עקספּערט אין קאַטאַקאָמבעס, האָט באַמערקט אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער ייִט״אַ, אַז מוסאָליני האָט באַשלאָסן זיך צו באַזעצן — טאַקע אַן איראָניע פֿון דער געשיכטע — איבער אַן אונטערערדישן קאָמפּלעקס, וועלכער איז געשאַפֿן געוואָרן דורך די אור-אָבֿות פֿון די, וואָס זענען געוואָרן די הויפּט-קרבנות פֿון זײַן ראַסן-פּאָליטיק.
לויטן פּלאַן, וועט דער מוזיי פֿאַרנעמען אַ שטח פֿון 25,000 קוואַדראַט-פֿוס. דער פּראָיעקט איז געשאַפֿן געוואָרן דורך די אַרכיטעקטן לוקאַ צבֿי און דזשאָרדזשיאָ טאַמבוריני. צבֿיס מאַמע, טוליאַ, וועלכע האָט געדינט במשך פֿון עטלעכע יאָר ווי די אָנפֿירערין פֿון דער ייִדישער קהילה אין איטאַליע, האָט באַשריבן דעם דיזײַן פֿונעם קומענדיקן מוזיי ווי אַ „שוואַרצן קאַסטן‟ — אַ ריזיקער אויסגעפֿלאַכטער קוב, באַצירט מיט די נעמען פֿון די איטאַליענישע חורבן-קרבנות. אינעווייניק וועט זײַן אַ שטענדיקע אויסשטעלונג, אַ ביבליאָטעק, אַ קאָנפֿערענץ-זאַל און אַ צענטער פֿאַר פֿאָרשונג און בילדונג.
מאַרסעלאָ פּעזעטי, איינער פֿון די פֿירנדיקע איטאַליענישע חורבן-היסטאָריקער, וועלכער גיט אַכטונג אויף די פּלענער פֿון די אויסשטעלונגען און דעם פֿאָרש-אָפּטייל, וועט אויך זײַן דער דירעקטאָר פֿונעם מוזיי. פּעזעטי האָט איבערגעגעבן, אַז ער שטרעבט „אַרײַנצושטעלן דעם איטאַליענישן אַספּעקט פֿונעם חורבן אינעם אַלגעמיינעם אייראָפּעיִשן קאָנטעקסט‟. ווען די ערשטע ייִדן זענען דעפּאָרטירט געוואָרן פֿון רוים, אין אָקטאָבער 1943, זענען דרײַ פֿערטל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די אַנדערע לענדער פֿון אייראָפּע שוין געווען טויט.
פּאַסערמאַן האָט געזאָגט, אַז דער מוזיי וועט זיך פֿאָקוסירן, אַחוץ אַנדערע ענינים, אויף דער סתּירותדיקער פֿאַרבינדונג צווישן דער פֿאַשיסטישער איטאַליע און דעם נאַצי־דײַטשלאַנד בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווי אויך אויף דער פּאַסיווער ראָלע פֿון דער קאַטוילישער קירך פֿאַרן און בעת דעם חורבן.
אין דער איטאַליענישער שול-פּראָגראַם זענען שוין פֿאַראַן לימודים וועגן דעם חורבן. די איטאַליענישע שילער באַטייליקן זיך אין ספּעציעלע אונטערנעמונגען אין שײַכות מיטן אינטערנאַציאָנאַלן חורבן-טאָג, דעם 27סטן יאַנואַר. יעדעס יאָר פֿאָרן הונדערטער תּלמידים פֿון איטאַליע אויף בילדונג-באַזוכן אין אוישוויץ.
פּאַסערמאַן האָט צוגעגעבן, אַז אויב אַפֿילו דער בויונג־פּלאַן וועט זיך נישט אָנשטויסן אויף נײַע שטערונגען, וועט דער מוזיי זיך נישט עפֿענען ביז 2016 אָדער 2017, ווײַל די בוי-אַרבעט קאָן פֿאַרנעמען מער ווי צוויי יאָר. די אַנדערע פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס אַחוץ די 30 מיליאָן דאָלאַר פֿון די מוניציפּאַלע פֿאָנדן פֿאַרן אויפֿבוי, מוז מען געפֿינען אַן אַנדער קוואַל פֿון שטיצע פֿאַר די אויסשטעלונגען גופֿא.
פֿון רות-עלען גרובער
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.