זונטיק האָט די שטאָט בודאַפּעשט, אין דער שעפּעל־געגנט, געלייגט דעם גרונטשטיין פֿאַר דער ערשטער סינאַגאָגע אין דער שטאָט בשעת די לעצטע 80 יאָר, האָט מאָנטיק געמאָלדן די אָרטיקע מוניציפּאַליטעט.
עס זענען בײַגעווען דער שוץ־מיניסטער שאַבאַ הענדע, דער קאַרדינאַל פּיטער ביבאָראָס און דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אילן מור.
„אונדזער מוניציפּאַליטעט האָט געגעבן צו־שטײַער צו דעם פּראָיעקט דורך שענקען די ערד, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל,‟ האָט די שטאָט־רעגירונג דערקלערט. די שטאָט־באַאַמטע האַלטן, אַז די שיל וועט זײַן פֿאַרענדיקט אין יאָר 2014. לויטן פּלאַן, וועט זי דינען סײַ ווי אַ רעליגיעזע, סײַ ווי אַ קולטורעלע אינסטיטוציע, און וועט קאָנען אַרײַננעמען 120 מענטשן מיט אַ מאָל.
בעת דער צערעמאָניע זונטיק האָט דער היסטאָריקער שילאַרד נעמעט דערקלערט: „פּונקט אַזוי ווי אין אַלע אַנדערע טיילן פֿון לאַנד, זענען די ייִדן אין שעפּעל גערודפֿט געוואָרן, און שעפּעל האָט אַליין געליטן היזק צוליב דער צווייטער וועלט־מלחמה. לויט אונדזערע קוואַלן, זענען 960 מענטשן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם דעפּאָרטירט געוואָרן פֿון שעפּעל.
„בלויז 60 האָבן זיך אומגעקערט נאָך דער מלחמה, און אַ טייל פֿון זיי לעבן נאָך ביז הײַנט,‟ האָט נעמעט צוגעגעבן.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען בערך 450,000 אונגאַרישע ייִדן דעפּאָרטירט און אומגעבראַכט געוואָרן דורך די נאַציס. בסך־הכּל זענען אומגעקומען צווישן 550,000 און 600,000 אונגאַרישע ייִדן.
(ייִט״אַ און אַנדערע נײַעס־קוואַלן)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.