„לידערהײם” — איז דער חנעװדיקער נאָמען פֿון איצט דערשינענעם לידער־בוך פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חײם

Rivke Bassman Ben-Chaim‘s New Work

רבֿקה באַסמאַן בן־חײם
Bella Bryks-Klein
רבֿקה באַסמאַן בן־חײם

פֿון פּעסיע פּאָרטנוי

Published January 31, 2013, issue of February 15, 2013.

דער געװײנטלעך צװײ־חודש­לעכער צו­זאַמענטרעף אין „אַר­בעטער־רינג”, אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם מיטװאָך גע­טראָגן אַ באַזונדער דערהױבענעם יום־טובֿ­דיקן כאַראַקטער: אָט דער גע­זעלשאַפֿטלעך־קול­טורעלער אַנ­שטאַלט האָט געפֿײַערט דאָס דער­שײַנען פֿון „לידערהײם”, אַ זאַמלונג לידער פֿון דער באַליבטער פּאָעטע­סע רבֿקה באַס­מאַן בן־חײם.

געװען איז עס אַן אינספּירירנ­די­קער פֿרי­מאָרגן, אַזױ װי דער מעמד האָט דאָס געפֿאָ­דערט, כּולו פּאָעזיע. דערעפֿנט דעם פֿרימאָרגן האָט שוראַ טורקאָװ, די לײטערין פֿון קול­טור־קרײַז בײַם „אַרבעטער־רינג” און זיכער די בעסטע לידער־אױספֿירערין פֿון אונדזער װײַטן און נאָענטן אַרום, פֿאָרלײענדיק רבֿקה באַס­מאַנס אַ ליד פֿון אַן אָקאָרשט דערשינע­נער זאַמלונג מיטן נאָמען „אַ ליד”:

„געקומען איז צו מיר אַ ליד
װאָס איז פֿון לאַנג געװען
און האָט געבעטן שרײַבן זי
װי גאָר מיט זעכציק יאָר צוריק.
פֿרעג איך:
װער האָט דיך געשיקט?

— קײנער ניט. אַלײן אין װעג פֿון צײַטן װײַט
און זוך נאָך גליק…
מיט זעכציק יאָר צוריק
האָב איך געפֿונען אַ פֿאַרמעג,
נאָר ס׳האָט די צײַט אין איר געלױף
מיך באַרױבט אין װעג —
עפֿן איך בײַ נאַכט די טיר,
זוך אין נאַכט אַ ליכט
און איך ענטפֿער:
ליד, מײַן ליד,
ס׳האָט די צײַט
באַרױבט אױך מיך
———

יעדע אײנע פֿון די לידער אין דער זאַמ­לונג „לידערהײם” איז אונדז נאָענט און ליב.

גענומען דאָס װאָרט האָט דער זשורנאַ­ליסט יצחק לודען, אַ מיט­גליד פֿון קולטור־קרײַז בײַם „אַרבעטער־רינג”. אומבאַגרע­נעצט איז זײַן באַװוּנ­דע­רונג צו באַסמאַן בן־חײמס אײַנגעבױ­רע­נעם לירישן טאַלאַנט: „די פּאָע­טי­שע מחשבֿות”, זאָגט ער, „באַגלײטן זי אין אַלע שעהען פֿון לעבן; זי איז אַזױ פֿאַרגינע­ריש אַז אַפֿילו װי אַ נישט־גלײביקע דאַנקט זי דעם באַשעפֿער פֿון דער נאַטור פֿאַר יעדן גרעזע­לע, יעדן לעבעדיקן נפֿש און אַפֿילו װען זי איז פֿאַרייִאושט בלײַבט זי קײן מאָל נישט שול­דיק איר חובֿ צו באַדאַנקען. עס חזרט זיך איבער בײַ דער דיכטע­רין דער מאָטיװ פֿון דאַנקען דאָס ליד, דאָס ליד װאָס איז דער באַשעפֿער פֿון אירע לידער. אָבער צום בעסטן שטעלט זיך די דיכטערין פֿאָר אינעם ליד פֿון איר איצט דער­שינענעם בוך:

מײַן לשון איז אַ ליד.
ניט ייִדיש, ניט עבֿרית,
לשון־ליד.
מײַן לשון איז די צײַט.
ניט די צײַט װאָס בײַט, פֿאַרבײַט,
נאָר די, װאָס זי געדענקט
און פֿאַרהיט אַ שפּור פֿון טריט
אין לשון־ליד”.

איבערראַשנדיק איז געװען דער אױפֿ­טריט אין אַ פּרעכטיקן ייִדיש פֿון יונגן פּאָעט, ד״ר רואי גרינװאַלד, פֿון באר־שבֿע־אוניװערסי­טעט, מיט װעלכן רואי באַװײַזט זיך. מיר ברענ­גען דאָ אַן אויסצוג פֿון זײַנע רײד און אַזױ הײבט ער אָן: „מיר פּראַװען הײַנט די דער­שײַ­נונג פֿון ‘לידערהײם’, דאָס 12טע בוך פֿון אונ­דזער טײַערער, װוּנדערלעכער דיכטע­רין רבֿקה באַסמאַן בן־חײם. אין רבֿקהס לאָר­בער­קראַנץ זײַנען צונױפֿגעפֿלאָכטן סײַ העברעיִ­שע בלעטער, סײַ ייִדישע בלעטער און אַזױ שרײַבט זי אין אַ ליד: ׳די קרובֿישאַפֿט צװישן ייִדיש און עבֿרית װי אַזױ דערקלערן?׳

„די לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חײם זײַ­נען אַרומגערינגלט מיט אַ קאָנטעמפּלאַ­טיװן גאָרטן. און אירע לידער שפּיגלען אָפּ אי דעם גאָרטן, אי די הײמישע זכרונות; זײ אַנטשטײען אין אַ שעה פֿון בין־השמשות, װוּ עס פֿלעכטן זיך צונױף די זכרונות פֿון אַמאָל און די שײנקײט פֿון דער נאַטור‟.

און איצט איז געקומען די רײ פֿון פּראָפֿע­סאָר אַבֿרהם נאָװערשטערן, װאָס איז שטענ­דיק כּדאַי זיך צוצוהערן צו זײַנע װערטער.

„מיר פֿײַערן אַ נײַ ייִדיש בוך”, הײבט אָן פּראָפֿ׳ נאָװערשטערן, „און פֿאַרשטײט זיך, אַז די ערשטע פּרעמיע געהערט רבֿקהן. אָבער מיר דאַרפֿן דאָ אױך זײַן ברײטהאַרציק און צו­טײלן די צװײטע פּרעמיע און דריטע פּרעמיע. און די צװײטע פּרעמיע געהערט צו ישׂראל רוד­ניצ­קין, װאָס האָט זיך פֿאַרנומען, מיטן אױס­קלײַבן און צונױפֿשטעלן מיט ליבשאַפֿט די זאַמ­לונג; און די דריטע פּרעמיע געהערט צו דעם זע­צער װאָס איז אַ למד־װאָװניק פֿון ייִדישן װאָרט, לעאָניד ראַכמאַן, װאָס האָט דאָס בוך באמת געזעצט און געהאָלפֿן עס זאָל אַרױס ציכ­טיק װי מעגלעך. און איך בין צופֿרידן, װאָס אױך ׳בית שלום־עליכם׳ האָט צוגעלײגט אַ האַנט, און הלװאַי זאָלן מיר קענען צולײגן אַ האַנט צו נאָך אַזעלכע ביכער אַרױסצוגעבן”.

דער לעצטער טײל פֿון צוזאַמענ­טרעף איז אױך געװען געװידמעט רבֿקה באַס­מאַנס לי­דער, נאָר אַנדערש — מ׳האָט זײ געזונגען. מישאַ בלעכעראָװיטש האָט קאָמפּאָנירט די מו­זיק צו זײ און די סאָפּראַן עליזה בלעכעראָ­װיטש האָט זײ געזונגען. געװען איז עס נאָך איין מדרגה צום קינסטלערישן אױסדרוק פֿון רבֿקה באַס­מאַן בן־חײם.