די געשיכטע פֿון די לינקע קרײַזן — פּאַרטייען, באַוועגונגען און שטרעמונגען — אין מדינת-ישׂראל, נייטיקט זיך, קודם-כּל, אין אַן ענטפֿער אויף דער גרינטלעכער פֿראַגע: צי האָט עס ווען בכלל עקזיסטירט אַזאַ פֿענאָמען ווי „לינקע” אין מדינת-ישׂראל? זיכער, פֿעלן נישט די וואָס האָבן דורך די יאָרן כאָטש כּלפּי-חוץ זיך באַניצט מיט דער לינקער-רעטאָריק. אָבער אַן עכט־לינקע באַוועגונג, וואָס שטייט תּמיד אויף דער זײַט פֿון די אונטערדריקטע און וואָס אַנטהאַלט בלויז אוניווערסאַלע ווערטן — דאָס איז שוין מוטל-בספֿק.
גערעכט איז רון כּחלילי (לייענט: קאַכלילי), דער שאַפֿער פֿון דער נײַער דאָקומענטאַר־סעריע „על צד שׂמאל” (אויף דער לינקער זײַט), אַז נאָר אויף אַ קורצן מאָמענט אין די אָנהייב 1970ער יאָרן, האָט געבליצט אַ מין עכט לינק שטראַלעכל אין ישׂראל. דאָס איז געשען בשעת די סאָציאַליסטישע באַוועגונג „מצפּן” (אַ קאָמפּאַס), וואָס האָט גלײַך נאָך יוני 1967 גערופֿן ישׂראל תיכּף-ומיד צוריקצוציִען זיך פֿון די אָקופּירטע שׁטחים, האָט גענומען מאַכן שותּפֿות מיט די „שוואַרצע פּאַנטערן‟. די „פּאַנטערן‟, אינספּירירט פֿון דער באַרימטער אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנער גרופּע פֿון יענע יאָרן, האָבן אַרויסגעהויבן דאָס קול פֿון די מיזרחדיקע ייִדן אין ישׂראל, וואָס האָבן געליטן, און למעשׂה לײַדן עד-היום, פֿון דיסקרימינאַציע און פֿון אַ נידעריקן געזעלשאַפֿטלעכן סטאַטוס. בלויז ווען מע פֿאַרבינדט די צווישן-מלוכישע ענינים מיט די סאָציאַלע ענינים, באַקומט מען אַן עכט־לינקע באַוועגונג וואָס איז בכּוח אויפֿצובויען אַ נײַע און שענערע וועלט.
ס׳רובֿ פֿון דער צײַט, זאָגט אונדז כּחלילי, האָבן די ישׂראלדיקע באַוועגונגען, וואָס ווערן באַטראַכט ווי לינקע, געהאַט אין זיך אַ ריי אינערלעכע סתּירות, וואָס דערמעגלעכן ממש נישט צו פֿאַרווירקלעכן פֿון דעם לינקן סדר-היום. דאָס וואָס די לינקע זײַט דעפֿינירט צום מערסטנס, זאָגט כּחלילי אויף אַן אינטערוויו, איז דער ווערט פֿון „גלײַכהייט”. און ער באַווײַזט אין די פֿיר טיילן פֿון דער סעריע ווי פּראָבלעמאַטיש האָבן אָפֿט, די אַזוי גערופֿענע ישׂראלדיקע לינקע קרײַזן, געקוקט אויף אָט דעם ווערט. די הסתּדרות, למשל, וואָס זאָל האָבן עקזיסטירט, כּדי צו רעפּרעזענטירן די אינטערעסן פֿון די אַרבעטער, איז נאָך 1948 גלײַכצײַטיק געוואָרן סײַ דער אַרבעטער-פֿאַראיין, סײַ דער אַרבעט-געבער אַליין — אַן יסודותדיקע סתּירה לכל-הדעות.
ווײַטער. די קיבוצים פֿלעגן בײַ זיך אין דער היים יאָ אײַנפֿירן אַ יחיד-במינודיקע סיסטעם פֿון קאָלעקטיוו-פּראָדוקציע. וווּ ליגט פֿאָרט די פּראָבלעם? קודם-כּל, דאַרפֿן אמתדיקע סאָציאַליסטן נישט לעבן אָפּגעזונדערט און איזאָלירט פֿון זייער סבֿיבֿה. און דאָס זאָגט שיין דער מחבר סאַמי מיכאל, איינער פֿון די אינטערוויויִרטע, אַז די קיבוצים פֿלעגן זיך אַרומרינגלען מיט פּלויטן, נישט כּדי זיך צו פֿאַרטיידיקן פֿונעם שׂונא, נאָר זיך אָפּטיילן פֿון די מענטשן פֿון זייער אייגענעם פֿאָלק — פֿון די מיזרחדיקע ייִדן. והשׁנית, האָט מען נישט ווייניק פֿון די קיבוצים פֿאַקטיש פֿאַרלייגט אויף די טעריטאָריעס פֿון עוואַקויִרטע אַראַבישע דערפֿער. וואָס איז עס — „ברודערשאַפֿט צווישן פֿעלקער”? גייט דאָס זוכן אַנדערש וווּ. אָט די משלים זענען גענומען נאָר פֿון דעם ערשטן עפּיזאָד, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט די יאָרן 1948 ביז 1966. די סעריע איז כראָנאָלאָגיש געבויט אַזוי, אַז דער ווײַטערדיקער קאַפּיטל באַהאַנדלט די יאָרן 1967—1977 — און באַווײַזט ווי די אַלע ציוניסטישע לינקע קרײַזן האָבן געשטיצט די באַזעצונג פֿון די נײַע אָקופּירטע שטחים אַחוץ, ווי געזאָגט, מאַרגינאַלע גרופּעס ווי „מצפּן” און „מוקד”. די „גאַנץ ארץ-ישׂראל” באַוועגונג איז פֿאַקטיש פֿאַרלייגט געוואָרן דורך די קיבוצניקעס.
דער דריטער קאַפּיטל רעדט וועגן די יאָרן 1977—1992, ווען די סאָציאַל-עקאָנאָמישע לינקע זײַנען פֿאַרשטילט געוואָרן, לטובֿת דער אויסשליסלעכער אַרבעט אַרום דעם ישׂראל-פּאַלעסטינער סיכסוך. עס שפּיגלט זיך בולט אָפּ אין דעם סדר-היום פֿון דער חוץ-פּאַרלאַמענטאַרישער באַוועגונג „שלום-עכשיו”, וואָס האָט זיך געהאַלטן „נייטראַל” מכּוח די סאָציאַל-עקאָנאָמישע פֿראַגעס. אין דער אמתן, רעדט זיך, ליידער, צו אָפֿט וועגן די לינקע עליטאַר-בירגערלעכע קרײַזן; אַ פֿאַרמאַכטער קלוב, וואָס האָט ליב זיך צו פֿאָטאָגראַפֿירן מיט די פּאַלעסטינער און וואָס האָט געגרינדעט דערצו אַ זעלטן־עפֿעקטיווע „אַסאָציאַציע” („עמותּה” אויף העברעיִש) מיט אַ נישטיקער השפּעה אויף די ברייטערע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט. אַזוי ווי זי זעט אויס הײַנט איז גרינג צו האַסן אַזעלכע גרופּעס, און פֿאַר די רעכטע קרײַזן — אויפֿצוהעצן קעגן זיי מיט הצלחה אין דעם דעת-הקהל.
דער פֿערטער און לעצטער קאַפּיטל באַהאַנדלט די יאָרן פֿון אָסלאָ, און דעם דורכפֿאַל פֿון יענעם פּראָצעס. ער דערגייט ביזן הײַנטיקן טאָג, כּדי אַרומצורעדן די טעמע, וואָס פֿאַר כּחלילי איז לכתּחילה געווען דער הויפּט-פּונקט פֿון דער סעריע: די סאָציאַלע פּראָטעסטן פֿון זומער-2011. צי ווײַזן זיי באמת אָן אויף דעם אומקער פֿון די לינקע צו דער פּאָליטישער אַרענע? צי האָבן די פּראָטעסטן בכלל אַמאָל באַלאַנגט צו די לינק-געשטימטע? דער ענטפֿער אויף דעם, לויט דער סעריע, איז ניין.
אַ טייל מנהיגים פֿון די פּראָטעסטן דערווײַטערן זיך אויף וויפֿל נאָר ס׳איז מעגלעך פֿון אַזעלכע „אַלטע באַגריפֿן” ווי רעכטס און לינקס; און בפֿרט פֿונעם אידענטיפֿיצירן זיך אַליין ווי לינקע (למשל, די אַרבעטער-פּאַרטיי). דער סאָציאַליסטישער קאַנדידאַט צו שטיין בראָש פֿון דער „מרצ”־פּאַרטיי פֿאַרלירט צו דער ליבעראַל-עליטאַרער קאַנדידאַטקע. און די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי „חד״ש” ווערט מער נאַציאָנאַליסטיש-געשטימט, צוליב דער קאָנקורענץ מיט דער אַראַבישער בירגערלעך-נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטיי „בל״ד”. קומט מען בײַם סוף אויס מיט געפֿילן פֿון ייִאוש און הילפֿלאָזיקייט? אויך זייער טיפּיש פֿאַר די ישׂראלדיקע לינקע.
די סעריע „אויף דער לינקער זײַט” איז נישט פֿרײַ פֿון חסרונות: זי גיט אַן אויבערפֿלעכלעכן קוק אויף פֿאַרשידענע טעמעס; זי איז שלעכט רעדאַקטירט דאָ און דאָרטן (דער אינטערוויו מיט גאולה כּהן איז לגמרי אומנייטיק געווען); און כּחלילי אַליין באַשליסט נישט וואָס ס׳איז אים וויכטיקער: דער ענין שלום צי די סאָציאַלע ענינים. דערצו מוז ער באַדאַנקען דעם דאָקומענטאַריסט ערן טאָרבינער (זע: עדי מהלאל, אוגוסט 31, 2012), וואָס כּחלילי איז אים נישט-ווייניק שולדיק פֿאַרן דערציילן שוין אַ היפּש-ביסל פֿון דער דאָזיקער געשיכטע. אָבער זי איז פֿאָרט רעקאָמענדירט צוליב איר דערהײַנטיקן דעם קוקווינקל, און זי איז, בלי-ספֿק, וויכטיק צוליב דער זעלטענער געבענטשטער אָפֿענער-דיסקוסיע, וואָס זי שאַפֿט אַרום אָט דער טעמע. צי האָט זי די לינקע קרײַזן ממש מיט עפּעס געהאָלפֿן אין די וואַלן? לויט די פֿרישע רעזולטאַטן, קען מען באַמערקן עפּעס אַן איבערגאַנג צו אַ מער מעסיקער ריכטונג, אָבער דער דערוואַרטער לינקער איבערקער איז נאָך נישט פֿאָרגעקומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.