מיט 200 יאָר צוריק, דעם 24סטן טאָג פֿונעם חודש טבֿת, איז ניפֿטר געוואָרן רבי שניאור-זלמן פֿונעם שטעטל ליאַדי, דער גרינדער פֿונעם חב״ד-חסידות. די חסידים אַליין באַנוצן זיך מיט אַ מער דערהויבענעם טערמין, ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַן עכטן צדיק, וועלכער איז נסתּלק געוואָרן — אַרויפֿגעגאַנגען פֿון עולם-הזה אין די העכערע וועלטן. די ליובאַוויטשער חסידים אַרום דער וועלט האָבן לעצטנס דורכגעפֿירט, און פֿירן איצט ווײַטער דורך, פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען לכּבֿוד דעם „אַלטן רבינס‟ הסתּלקות. פֿאַר אַ חסיד איז דעם רבינס יאָרצײַט נישט אַ טרויעריקע דאַטע, נאָר אַ נאַטירלעכער שטאַפּל אין דער געשיכטע פֿון זייער באַוועגונג און אַ סיבה צו פּראַווען אַ שׂימחה.
אין דער הײַנטיקער וועלט איז חב״ד צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ מין „מיסיאָנערישע‟ באַוועגונג, וועלכע פֿירט אַן אַקטיווע טעטיקייט צווישן וועלטלעכע ייִדן און באַשטייט, אין אַ גרויסער מאָס, פֿון בעל-תּשובֿות. אַזאַ טעטיקייט האָט געשאַפֿן אין די ליובאַוויטשער קהילות אַ פֿרײַנדלעכע אַטמאָספֿער, וווּ עס פֿילט זיך פֿאַקטיש נישט קיין חילוק צווישן די „געבוירענע‟ און „געוואָרענע‟ חסידים. בקיצור, ווערט הײַנט חב״ד אָפֿט באַטראַכט גיכער ווי אַ רעליגיעזע באַוועגונג, און נישט ווי אַ פֿילאָסאָפֿישע שיטה.
מיט 200 יאָר צוריק, ווען דער לעגענדאַרער גרינדער פֿונעם חב״ד-חסידות איז אַוועק אויף יענער וועלט, האָט זײַן באַוועגונג זיך צעטיילט אויף צוויי גרויסע מחנות. איין גרופּע האָט אויסגעקליבן פֿאַרן נײַעם רבין דעם אַלטן רבינס זון, דובֿ־בער שניאורי, באַקאַנט ווי דער „מיטעלער רבי‟; מיט דער צווייטער האָט אָנגעפֿירט רבי אַהרן סטראַשעליער, אַ גרויסער און פּאָפּולערער תּלמיד פֿון רבי שניאור-זלמנען. דער צווייטער צווײַג האָט נישט עקזיסטירט לאַנג; נאָך רבי אַהרנס טויט האָבן אַ סך פֿון זײַנע חסידים אַוועק צום דריטן ליובאַוויטשער רבין, מנחם-מענדל שניאורסאָן, דעם „צמח-צדק‟, און אַ טייל זענען אַריבער צום ווילעדניקער רבין.
ווען מע קוקט אַרײַן אין די ספֿרים פֿון דעם „מיטעלן רבין‟ און רב אַהרן סטראַשעליער, און מע לייענט די געשיכטע פֿונעם קאָמפּליצירטן מחלוקת צווישן די דאָזיקע צוויי רביים, זעט מען קלאָר, אַז בײַ ייִדן אין ליטווישע און רײַסישע שטעטלעך האָט מיט 200 יאָר צוריק געבליט אַ גאָר טיפֿע אינטעלעקטועל-גײַסטיקע קולטור.
דער „אַלטער רבי‟ האָט אַנטוויקלט אַן אייגענע ווערסיע פֿון פּאַנטעיִסטישער טעאָלאָגיע. אין זײַן קלאַסישן ספֿר „תּניא‟ און אַנדערע ווערק דערקלערט ער, אַז אַלץ אין דער וועלט איז אַ געטלעכע אַנטפּלעקונג. אין פֿאַרגלײַך מיט שפּינאָזעס מאַטעריאַליסטישן פּאַנטעיִזם, שטעלט חב״ד דעם אַקצענט אויפֿן אינערלעכן אַספּעקט פֿונעם וועזן. פֿון דער געוויינטלעכער פּערספּעקטיוו, איז די גשמיותדיקע וועלט, בדרך־כּלל, אַ פֿינצטערער פּלאַץ, וווּ עס הערשן בייזע און פֿאַרפֿירערישע כּוחות. אויב מע פֿאַרטיפֿט זיך אין פֿילאָסאָפֿיש-מיסטישע מעדיטאַציעס, קאָן מען אָבער דערזען, אַז הינטער דעם טונקעלן שאָלעכץ באַהאַלט זיך דאָס ליכט פֿונעם געטלעכן אין-סוף. אַדרבה, דאָס עצם-פֿינצטערניש איז אויך אַן אַנטפּלעקונג פֿון געטלעכקייט — אַ ווירטועלער באַריער, וועלכער שאַפֿט די אילוזיע, אַז ס׳איז פֿאַראַן עפּעס אַחוץ דעם באַשעפֿער. די חב״ד-שיטה איז נישט בלויז אַ ספּעקולאַטיווע פֿילאָסאָפֿיע, נאָר אַ פּראַקטישער דרך פֿון מעדיטאַטיווע שׂכל-געניטונגען, וועלכע קאָנען טראַנספֿאָרמירן דעם אויפֿנאַם פֿונעם מענטש און ברענגען זײַן נשמה צום ביטול — צעלאָזונג פֿונעם געוויינטלעכן „עגאָ‟ אינעם געטלעכן ליכט.
דאָ איז וויכטיק צו דערקלערן, אַז די קאָנצעפּציע פֿון געטלעכקייט אין חב״ד איז ווײַט פֿון דער נאַיִווער מאָנאָטעיִסטישער מאַסן-טעאָלאָגיע. על-פּי חב״ד, איז דאָס עצם-געטלעכקייט מחוץ אַלע באַגריפֿן און דעפֿיניציעס, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע ענינים, ווי פּערזענלעכקייט און עקזיסטענץ. לגבי אונדז, ווען מיר קוקן אַרײַן אינעם „הינטערגרונט‟ פֿונעם וועזן, אַנטפּלעקט ער זיך אין אַ כּמו־פּערזענלעכער פֿאָרעם, וועדליק דער מדרגה פֿונעם מענטש.
רבי אַהרן סטראַשעליערס גאָר טיפֿע ספֿרים, וועלכער זענען הײַנט פּאָפּולער בײַ די „תּולדות-אַהרנער‟ חסידים, פֿאָקוסירן זיך מער אויף דער פּאַראַדאָקסישער און אומפֿאַרשטענדלעכער נאַטור פֿונעם וועזן און דערמאָנען צומאָל די עקזיסטענציאַליסטישע פֿילאָסאָפֿיע. דער „מיטעלער רבי‟ דערקלערט זײַן טאַטנס שיטה אין אַ מער סיסטעמאַטישן, „קאַלט-ליטווישן‟ סטיל.
אַחוץ דעם ספֿר „תּניא‟, וועלכער ווערט שטודירט הײַנט טאָג-טעגלעך אין די חב״ד-קהילות — צומאָל גענוג טיף, צומאָל בלויז אויבערפֿלעכלעך — האָט דער אַלטער רבי, צוזאַמען מיט זײַנע גײַסטיקע יורשים, איבערגעלאָזט אַ ריזיקע ליטעראַטור, וועלכע קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט געוויסע ווײַט־מיזרחדיקע טראַדיציעס. הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו פֿון באָברויסק האָט נאָך מיט 100 יאָר צוריק באַמערקט די ענלעכקייט צווישן דעם חב״ד-חסידות און בודיזם.
אַ סך מענטשן — אַפֿילו די, וואָס זענען באַקאַנט מיט דער ליובאַוויטשער פֿילאָסאָפֿיע — באַטראַכטן הײַנט חב״ד ווי אַ מאָנאָליטישע באַוועגונג. אויף דער פֿרומער גאַס קאָן מען אָפֿט הערן, אַז „אין חב״ד‟ טראָגט מען אַ געוויסן מין קאַפּעליוש און קאַפּאָטע, עסט מען פֿרישטיק פֿאַרן דאַוונען אָדער מע שטיצט די סאַמע רעכטע פּאַרטייען אין ישׂראל. אַזעלכע הנהגות זענען טאַקע פֿאַרשפּרייט אין דער הײַנטיקער אָרגאַניזאַציע „חב״ד-ליובאַוויטש‟, אָבער האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט דער היסטאָרישער חב״ד-באַוועגונג, וועלכע האָט באַשטאַנען פֿון היסטאָרישע צווײַגן.
איין אַזאַ צווײַג, וועלכער האָט זיך אָפּגעטיילט פֿון דער ליובאַוויטשער דינאַסטיע מיט כּמעט 100 יאָר צוריק, איז נאָענט צו די נטורי-קרתּא און איז באַקאַנט ווי „מלאָכים‟, ווײַל איר גרינדער, הרבֿ חיים-אַבֿרהם-דובֿ־בער לעווין האָט פֿאַרדינט דאָס צונעמעניש „מלאך‟ פֿאַר זײַן עקזאַלטירטער „יענוועלטישער‟ אויפֿפֿירונג. זיי גייען אָנגעטאָן ווי די סאַטמאַרער חסידים און קאָנען באַטראַכט ווערן ווי אַ מין סינטעז צווישן חב״ד און סאַטמאַר.
לעבנדיק אין רוסלאַנד, האָט דער מחבר פֿון די שורות נישט איינמאָל געטראָפֿן עלטערע פֿאָרשטייער פֿון אַן אַנדער חב״ד-צווײַג — די קאָפּוסטער חסידים, געגרינדעט דורך רבי יהודה-לייב שניאורסאָן, איינער פֿונעם „צמח-צדקס‟ זין. אין פֿאַרגלײַך מיט די ליובאַוויטשער, האָבן זיי געהאַלטן, אַז די אָריגינעלע תּורת-החסידות איז נישט אָפּגעהיט געוואָרן ווי געהעריק. דער דאָזיקער געדאַנק האָט מערקווירדיק משפּיע געווען אויף די הײַנטיקע סאַטמאַרער חסידים, וועלכע שטעלן דעם אַקצענט אויפֿן פּשוטן ייִדישן לעבן און נישט אויף הויכע מיסטישע עבֿודות.
אַחוץ די קאָפּוסטער חסידים, זענען אין דער געשיכטע געווען נאָך אַ סך אַנדערע סאָרטן חב״דניקעס, אָנגעפֿירט דורך פֿאַרשיידענע אייניקלעך פֿונעם „צמח-צדק‟ אָדער אַנטוויקלט דורך פּראָמינענטע חסידים. די וויכטיקסטע ירושה פֿונעם „אַלטן רבין‟ איז אָבער נישט די גרויסע צאָל נאָכפֿאָלגער. דאָס חב״ד-חסידות, זײַענדיק גאָר אַ טיפֿע, רײַכע און גענוג-פּלוראַליסטישע טראַדיציע, דינט ווי אַן עדות פֿונעם גאָר־הויכן פֿילאָסאָפֿיש-רוחניותדיקן ניוואָ אין דער אַמאָליקער ייִדישער וועלט — אַפֿילו אין אַזעלכע קליינע דערפֿלעך, ווי ליאַדי און ליובאַוויטש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.