עמנואל קאַזאַקעוויטשעס יובֿל אין ביראָבידזשאַן

Emmanuil Kazakevich's Centennial in Birobidzhan


פֿון יעקבֿ לאָנדאָן

Published February 01, 2013, issue of February 15, 2013.

אין ביראָבידזשאַן גרייט מען זיך צו פֿײַערן דעם הונדערט-יאָריקן יוביליי פֿון דעם שרײַ­בער עמנואל קאַזאַקעוויטש (1913—1962), ווע­מענס געבוירנטאָג וועט זײַן דעם 24סטן פֿעב­רואַר. אין די 1930ער יאָרן, האָט קאַזאַקע­וויטש אין משך פֿון בערך זיבן יאָר געוווינט אין בי­ראָ­בידזשאַן; געאַרבעט דאָרטן אויף פֿאַר­שיי­דענע שטעלעס און איז געוואָרן דער ער­שטער ייִדישער דיכטער, וואָס האָט באַזונגען — ניט פֿון דער ווײַטנס נאָר „פֿון אינעווייניק” — די שיי­נע ווײַט-מיזרחדיקע סאָוועטיש-ייִדישע אוטאָ­פּיע, פֿון וועלכער ס׳איז אין דער רעאַל­קייט לסוף אַרויס אַ נעבעכל. דעם הײַנטיקן עולם איז קאַזאַקעוויטש באַקאַנט (אויב ער איז באַ­קאַנט בכלל), דער עיקר, ווי אַ סאָוועטיש-רוסי­שער מחבר פֿון פּראָזאַיִשע ווערק, וואָס זײַנען זייער ווײַט פֿון ייִדישן לעבן און ייִדי­שע פּראָב­לע­מען.

עמנואל קאַזאַקעוויטש
עמנואל קאַזאַקעוויטש

דער ביראָבידזשאַנער גובערנאַטאָר, אַלעק­סאַנדר וויניקאָוו, וויל דעם קאַזאַקעוויטש-יובֿל אָפּמערקן זייער ברייט: מיט כּלערליי קול­טור-אונטערנעמונגען, פּובליקאַציעס, אינטער­נעץ-פּאָרטאַלן. מע רעדט אַפֿילו וועגן שטעלן דעם שרײַבער אַ דענקמאָל; אפֿשר אין אַ יאָר אַרום, ווען מע וועט אָפּמערקן 80 יאָר זינט דער וויכטיקער געשעעניש — דעם 7טן מײַ 1934 האָט די סאָוועטישע רעגירונג באַ­שלאָסן צו העכערן דעם סטאַטוס פֿון דער ווײַט-מיזרחדיקער ייִדישער טעריטאָריע. פֿון דעמאָלט אָן עקזיסטירט זי, ביזן הײַנטיקן טאָג, אויף דער מאַפּע ווי די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט.

די גאַנצע מעשׂה אַרום ביראָבידזשאַן דערמאָנט הײַנט-צו-טאָג עפּעס אַ שאָו. עס ווילט זיך פֿרעגן: „ווער דאַרף האָבן די דאָזיקע אימיטאַציע פֿון ייִדישן לעבן?” נו, גוט, איז געווען אַ מאָל אַזאַ זאַך — די ביראָבידזשאַ­נער קאַמפּאַניע, וואָס האָט דירעקט באַרירט אַ נישטיקע צאָל סאָוועטישע ייִדן. דער גאַנצער קאַמפּאַניע איז, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, ניט באַשערט געווען צו ברענגען אויף דער וועלט אַ באמת ייִדישע געגנט. דאָס ייִדישע לעבן איז געווען ניט ווייניקער רײַך ערגעץ אין בערדיטשעוו, צי צענדליקער אַנדערע ער­טער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָבער דער עפּי­טעט „ייִדישע” איז פֿאַרבליבן אין ביראָבידזשאַן, וווּ דער ייִדישער קולטור-שיכט איז זייער אַ שיטערער און אַ ייִד דאַרף מען זוכן מיט ליכט.

ווען מע באַטראַכט די מאַטעריאַלן וועגן דער ייִדישער טעטיקייט אינעם הײַנטיקן בי­ראָבידזשאַן (און די אינטערנעץ איז פֿול מיט אַזעלכע זאַכן), זעט עס אַלץ אויס ווי אַ פּורים-שפּיל. למשל, עס גייט דאָרטן אַרויס די צײַ­טונג „ביראָבידזשאַנער שטערן”, וווּ אַן אָפּטייל אויף ייִדיש פֿירט אַ רוסישע פֿרוי. די רעדאַק­טאָרין פֿאַרדינט, בלי-ספֿק, מע זאָל זי לויבן און רימען. אָבער ווער זײַנען די לייענער פֿון אָט דער צײַטונג? אָדער אַנדערש: האָט די דאָזיקע צײַטונג בכלל לייענער? דאַרף די דאָזיקע דערשײַנונג פֿרייען אונדז? עס וואָלט געווען טשיקאַווע צו הערן, וואָס מע מיינט — ערנסט! — וועגן דעם אין „ביראָבידזשאַנער שטערן”.

עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז עמעצן (דער היגער, בדרך-כּלל ניט קיין ייִדישער, ביוראָ­קראַטיע?) לוינט אונטערצוהאַלטן די „ייִדיש­קייט” פֿון ביראָבידזשאַן. אַנדערש וועט די געגנט, חס-וחלילה, פֿאַרלירן איר חן און מע וועט זי אַרײַנגיסן אין אַןֹאַנדער געגנט. אַזוי וועלן זיי, די פּני פֿון ביראָבידזשאַן, פֿאַרלירן זייער סטאַ­טוס און די מעגלעכקייט צו באַלעבאַטע­ווען מער אָדער ווייניקער אומאָפּהענגיק. ווי אַ ייִדישע געגנט, האָט עס אַ געוויסע מע­גלעכ­קייט, ווי אַן אינ­דיאַ­נישע רעזערוואַציע אין אַמעריקע — פֿאָרט אַ „נאַ­ציאָנאַלע” טעריטאָ­ריע. מאַכט מען, בינו-לבינו, אויך אַ קולטור-שאָו אַרום דער גאַנצער זאַך. און קאַזאַקע­וויטש קען, פֿאַרשטייט זיך, שפּילן אַ ראָלע אין דעם דאָזיקן טעאַטער-שטיק.

צוריקגערעדט, בלײַבט אַ האָפֿענונג, אַז פֿון דעם גאַנצן קאַזאַקעוויטש-פּאַראַד וועט אפֿשר אַרויסקומען כאָטש עפּעס, וואָס האָט אַ ווערט. עמנואל קאַזאַקעוויטש איז געווען אַן אינ­טערעסאַנטע פֿיגור. מע טאָר ניט מאַכן פֿון אים — אַן איבערגעגעבענעם, אַפֿילו אַ פֿאַנאַטישן קאָמוניסט — אַ דיסידענט. דאָס זעט מען גלײַך ווען מען לייענט ניט נאָר זײַנע ווערק, נאָר אויך זײַנע טאָגביכער. אין אַ גרויסער מאָס איז ער געווען אַ מענטש פֿון דעם זעלבן שניט, ווי — אַ שטייגער — דער שרײַבער אַנאַטאָלי ריבאַקאָוו, דער מחבר פֿון „שווערן זאַמד” —דעם אויסגעשפּראָכן סאָוועטישן ראָמאַן וועגן חורבן. זיי געהערן צו דעם דור, וואָס האָט געוויזן העלדישקייט בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה און האָט קאָמבינירט, יעדער אויף זײַן אופֿן, אין זייער באַ­וווּסטזײַן ייִדישקייט מיט סאָוועטישקייט.

פֿאַר אַ פֿאָרשער פֿון ליטעראַטור אָדער גע­שיכטע איז קאַזאַקעוויטש בלי-ספֿק אַ וויכ­טיקע פֿיגור, ווײַל אויב עמעצן וועט זיך, סוף-כּל-סוף, אײַנגעבן צו באַשרײַבן אים ערנסט און טיף, טאָ פֿון אַזאַ אַנאַליטישער באַשרײַבונג קען אַרויסקומען אַ ממשותדיקע אַרבעט וועגן אַ טיפּישן סאָוועטיש-ייִדישן אינטעלעקטואַל. אַזאַ אַרבעט וואָלט געהאָלפֿן צו אַנטפּלעקן דעם „סוד” פֿון דער ביז גאָר אייגנאַרטיקער מענ­טאַלקייט, וועלכע האָט זיך פֿאָרמירט אין דער סאָוועטישער תּקופֿה.

צום באַדויערן, גלייבט זיך ווייניק, אַז אַזאַ פּראָדוקציע וועט אַרויסגיין פֿון דעם גאַנצן טאַראַראַם. אַ דענקמאָל — דאָס יאָ. דאָס איז דאָך עפּעס, וואָס מע קען אַ טאַפּ טאָן און שאַפֿט פֿאַר די באַלעבאַטים פֿון דער געגנט די געלעגנהייט צו קומען, איבערצו­שנײַדן אַ רויטע סטענגע, רעדן אין דער וועלט אַרײַן. אויף אָט אַזעלכע אינסטאַלאַציעס וועט זיך, אַ פּנים, האַלטן ווײַטער די „ייִדיש­קייט” פֿון דער כּמו-ייִדישער געגנט.