עדוואַרד ערווינג קאַטש, דער לאַנג־יאָריקער, כאַריזמאַטישער און קאָנטראָווערסאַלער ייִדישער בירגער־מײַסטער פֿון ניו־יאָרק, וועלכער האָט געהאָלפֿן ממש ראַטעווען די שטאָט פֿון באַנקראָט אין די סוף 1970ער יאָרן, איז ניפֿטר געוואָרן פֿרײַטיק פֿאַרטאָג אין עלטער פֿון 88 יאָר.
בײַם אָננעמען דעם אַמט אין יאַנואַר 1978, האָט די שטאָט־רעגירונג שוין געהאַט אָפּגעזאָגט טויזנטער פּאָליציאַנטן, פֿײַער־לעשער, מיסט־אַרבעטער און לערער; די בריקן האָבן געהאַלטן בײַם צעפֿאַלן זיך, און די אונטערבאַנען זענען געווען פֿאַרשמירט מיט שמוץ און גראַפֿיטי.
קאַטש האָט געהאָלפֿן אויפֿצושטעלן דעם קרעדיט פֿון דער שטאָט דורך בודזשעט־שניטן, און אויפֿגעמינטערט די שטימונג פֿון די ניו־יאָרקער, דורך זײַן אומאויסשעפּלעכן ענטוזיאַזם פֿאַר אַלץ, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט ניו־יאָרק — ווי אויך זײַן גרייטקייט דרייסט זיך אַנטקעגנצושטעלן יענע מענטשן, מיט וועמען ער האָט נישט מסכּים געווען. בעת זײַן קאַנדידאַטור פֿאַר בירגער־מײַסטער אין 1977, למשל, האָט ער באַקומען דעם אויפֿמערק פֿון גאַנץ אַמעריקע, ווען ער האָט אָנגעשריבן דעם פּרעזידענט דזשימי קאַרטער אַ בריוו, קריטיקירנדיק זײַן פּאָליטיק אינעם מיטעלן מיזרח.
ווי דער בירגער־מײַסטער, האָט קאַטש איבערצײַגט דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס צו געבן לאַנג־יאָריקע הלוואה־גאַראַנטיעס דער שטאָט ניו־יאָרק, וואָס האָט איר דערמעגלעכט זיך שטעלן פֿינאַנציעל אויף די פֿיס. אין 1981 איז קאַטש ווידער דערוויילט געוואָרן מיט אַ גרויסער מערהייט, קאַנדידירנדיק סײַ פֿאַר דער דעמאָקראַטישער, סײַ פֿאַר דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי — אַ רעזולטאַט פֿון זײַנע פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיטן פּרעזידענט ראָנאַלד רייגען.
קאַטשס אָפֿנהאַרציקייט האָט אים אָבער אויך געשאַפֿן צרות. אין 1988 האָט ער דערקלערט אויף דער טעלעוויזיע, אַז אַ ייִד מוז זײַן ”אַ צעדרייטער“ צו שטימען פֿאַרן פּראָגרעסיוון שוואַרצן פּרעזידענט־קאַנדידאַט, דזשעסי דזשעקסאָן, ווײַל דזשעקסאָן קאָן שטערן דער אַמעריקאַנער שטיצע פֿאַר ישׂראל.
בעת אַן אינטערוויו מיט דער ”ניו־יאָרק טײַמס“ אין 2009, האָט דער רעפּאָרטער אים געפֿרעגט, וואָס וואָלט ער געוואָלט ס’זאָל שטיין אויסגעקריצט אויף זײַן מצבֿה? האָט קאַטש כאַראַקטעריסטיש געענטפֿערט: ”נו, דאָס וואָלט שוין פֿאַרנומען דעם גאַנצן שטיין!“
(פֿונעם Forward און אַנדערע נײַעס־קוואַלן)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.