אַנקאַראַ, טערקײַ (ייִט״אַ). — פֿרײַטיק, דעם 1טן פֿעברואַר, זענען צוויי מענטשן אומגעקומען בעת אַן אויפֿרײַס בײַם אַרײַנגאַנג צו דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין דער טערקישער הויפּטשטאָט, אַנקאַראַ. לויט די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן, איז עמעצער — מסתּמא, אַ זעלבסטמערדערישער טעראָריסט — צוגעקומען צום זיכערהייט-פּונקט בײַם אַמבאַסאַדע-בנין און דעטאָנירט דאָרטן זײַן אויפֿרײַס-מכשיר, דערהרגענדיק אַ וואַכמאַן און זיך אַליין. פֿרענסיס ריקיאַרדאָן, דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין טערקײַ, האָט איבערגעגעבן, אַז בעת דעם אַטאַק איז אַ טערקישער בירגער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן בעת דעם אַטאַק.
קאַמיִאַר באַרנאָס, וועלכער אַרבעט אין אַ טוריסטישער אַגענטור 100 מעטער פֿון דער אַמבאַסאַדע, האָט איבערגעגעבן, אַז דער אויפֿרײַס איז געווען גאָר אַ שטאַרקער. די באָמבע האָט אויסגעזעצט דעם פֿענצטער אין זײַן ביוראָ, וווּ ער האָט זיך דעמאָלט געפֿונען. באַרנאָס האָט צוגעגעבן, אַז ער האָט געזען אויף דער גאַס עפּעס, וואָס זעט אויס ווי אַ טייל פֿון אַ גוף. די טעלעוויזיע האָט געוויזן, אַז דער אויפֿרײַס האָט צעשעדיקט נאָר די טיר און די וואַנט-באַצירונג בײַם אַרײַנגאַנג צו דער אַמבאַסאַדע; ווײַזט אויס, אַז דער בנין האָט נישט געליטן פֿון אַן ערנסטן היזק.
דערווײַל איז נאָך נישט קלאָר, וואָס פֿאַר אַ גרופּע טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן אויפֿרײַס. די „קורדישע אַרבעטער-פּאַרטיי‟, אַ ראַדיקאַלע סעפּאַראַטיסטישע אָרגאַניזאַציע, ווערט פֿאַררעכנט אין טערקײַ ווי די גרעסטע זיכערהייט-פּראָבלעם; זי אַטאַקירט אָבער נישט, געוויינטלעך, קיין אויסלענדישע אָביעקטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.