משה קולבאַקס ראָמאַן ״זעלמעניאַנער״ (1929—1935) האָט אַ גוטן מזל מיט איבערזעצונגען. אױף רוסיש האָט מען זײער אַ געראָטענע איבערזעצונג פֿון דער ייִדישער דיכטערין רחל בױמװאָל. עס איז פֿאַראַן אַ פֿראַנצױזישע איבערזעצונג, און אַפֿילו צװײ ענגלישע. די ערשטע, אַ געקירצטע איבערזעצונג פֿון נתן האַלפּער, איז אַרױס אינעם זאַמלבוך פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער פּראָזע ״אַש פֿון האָפֿענונג״ (1977). דעמאָלט האָט מען געהאַלטן בײַ דער דעה, אַז בלױז דער ערשטער באַנד פֿונעם ראָמאַן איז װערטפֿול װי אַ ליטעראַריש װערק, בעת דער צװײטער באַנד איז קאַליע געװאָרן דורך דער סאָװעטישער פּראָפּאַגאַנדע.
איצט לעבן מיר שױן אין אַ נײַער תּקופֿה, װען די קאָמוניסטישע פּראָפּאַגאַנדע איז מער ניט געפֿערלעך. די סאָװעטישע תּקופֿה איז אַן אַלטע מעשׂה, און די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטור איז געװאָרן אַ טײל פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אַזױ אַרום האָט מען באַשלאָסן אַרױסצולאָזן אַ נײַע, דאָס מאָל פֿולע, אױסגאַבע פֿון קולבאַקס קלאַסישן װערק אין אַ נײַער איבערזעצונג. עד־היום בלײַבט ״זעלמעניאַנער״ דער אײנציקער ייִדישער ראָמאַן װעגן סאָװעטישן לעבן, װאָס איז צוטריטלעך דעם ענגלישן לײענער, און דאָס אַלײן מאַכט די דאָזיקע אױסגאַבע באַזונדערס װערטפֿול און ניצלעך סײַ פֿאַר ליבהאָבער פֿון ייִדישער ליטעראַטור און סײַ פֿאַר סטודענטן.
די נײַע איבערזעצונג פֿון הילל האַלקין מיט דער הקדמה און פֿוסנאָטעס פֿון סאַשע סענדעראָװיטש איז אַרױס אין דער סעריע ״נײַע ייִדישע ביבליאָטעק״, אַ בשותּפֿותדיקע אונטערנעמונג פֿון דער ייִדישער ביכער־צענטראַלע און דעם פֿאַרלאַג פֿון יעיל־אוניװערסיטעט. די הקדמה שטעלט מיט זיך פֿאָר די ערשטע װאָגיקע אַקאַדעמישע פֿאָרשונג פֿונעם ראָמאַן, װאָס באַהאַנדלט דעם טעקסט אינעם קולטורעלן און פּאָליטישן קאָנטעקסט פֿון זײַן תּקופֿה.
דער ראָמאַן האָט זיך געדרוקט אין המשכים אינעם מינסקער זשורנאַל ״דער שטערן״ אין משך פֿון זעקס יאָר, און טראָגט אױף זיך אַ שטאַרקן שטעמפּל פֿון יענער תּקופֿה. אַזױ אַרום איז דער ראָמאַן ניט נאָר אַ באַשרײַבונג פֿון דער עװאָלוציע פֿון אַ גרױסער ייִדישער משפּחה אין די נײַע סאָװעטישע באַדינגונגען, נאָר אױך אַ מין כראָניק פֿון דעם, װי עס האָט זיך געענדערט די סאָװעטישע אַטמאָספֿער בעת דער ראָמאַן איז געשריבן געװאָרן, דאָס הײסט צװישן 1929 און 1935. און סענדעראָװיטש לײענט דעם טעקס װי אַ טאָפּלטע מעשׂה, פֿון זעלמעניאַנער און פֿון קולבאַק אַלײן.
קולבאַקס ערשטע פּרוּװן אין דעם פּראָזע־זשאַנער, די קורצע ראָמאַנען ״משיח בן אפֿראים״ און ״מאָנטיק״, זײַנען געװען עקספּרעסיאָניסטיש אין סטיל. דאָס האָט גוט צוגעפּאַסט צו דער אַפּאָקאַליפּטישער שטימונג פֿון דער רעװאָלוציאָנערער תּקופֿה. דאָס סאַמע באַרימטע װערק זײַנס, די פּאָעמע ״רײַסן״, איז אָנגעשריבן אין איראָניש־אידילישן סטיל. אין ״רײַסן״ האָט קולבאַק באַזונגען די שײנקײט פֿונעם פּראָסטן דאָרפֿישן לעבנסשטײגער אין אײנקלאַנג מיט דער נאַטור. די העלדן פֿון דער דאָזיקער איראָנישער עפּיק זײַנען געװען די אָבֿות פֿון די זעלמעניאַנער, װאָס האָבן שױן געלעבט אין אַ גאָר אַנדערער תּקופֿה.
אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד פֿון 1929 זײַנען אי עקספּרעסיאָניזם אי איראָנישע אידיליע שױן געװען, אין דער נסתּרס װערטער, אַ ״געשלאָגן אַרטיקל״. די קאָמוניסטישע פּאַרטײ האָט געפֿאָדערט פֿון דער סאָװעטישער ליטעראַטור, זי זאָל ״רעאַליסטיש״ אָפּשפּיגלען די געזעלשאַפֿטלעכע טראַנספֿאָרמאַציע אין דער ריכטונג צו סאָציאַליצם. קולבאַק, װאָס איז אָקערשט געהאַט געקומען אינעם סאָװעטישן מינסק פֿון פּױלישן װילנע, האָט געמוזט אין גאַנצן איבערבױען זײַן עסטעטיק און זײַן אידעאָלאָגיע. און דער ייִדישער טעקסט פֿון ״זעלמעניאַנער״ איז אַ לעבעדיקער עדות פֿון אָט דער דאָזיקער טראַנספֿאָרמאַציע, סײַ אין אינהאַלט, סײַ אין װאָקאַבולאַר, און סײַ אין סטיל.
די ״סאָװעטישקײט״ פֿון קולבאַקס טעקסט לאָזט זיך גרינג איבערגעבן אױף רוסיש, װאָס פֿאַרמאָגט פּונקט אַזאַ לינגװיסטישע שיכט פֿון נײַע סאָװעטיזמען װי דער סאָװעטישער ייִדיש. אָבער װי אַזױ טוט מען דאָס אױף ענגליש? אַזױ װי הילל האַלקין האָט אַ מאָל געטאָן מיט טובֿיה דעם מילכיקנס פּסוקים, האָט ער באַשלאָסן אױך דאָ איבערצולאָזן אינעם ענגלישן טעקסט די פֿרעמד־שפּראַכיקע װערטער; דאָס מאָל, רוסישע, און צוגעבן איבערזעצונגען און אױסטײַטשונגען אין פֿוסנאָטעס. דאָס איז אַ סימן פֿון דער ״אַקאַדעמישקײט״ פֿון דער דאָזיקער אױסגאַבע, און פֿאָדערט אַ געװיסע קולטור פֿונעם לײענער.
מען דאַרף אױך ספּעציעל אָפּמערקן די הױכע װיסנשאַפֿטלעכע קװאַליטעט פֿון דער אױסגאַבע. די פֿוסנאָטעס זײַנען זאַכלעך און אַקוראַט, און זײ לאָזן אָפּהיטן דעם סאָװעטישן טעם פֿונעם אָריגינאַל. דער ענגלישער טעקסט לײענט זיך פֿליסיק, און טראָגט אין זיך אַ ספּעציפֿיש־קולבאַקישע אַבסורדיש־איראָנישע אינטאָנאַציע, װאָס מאַכט דעם דאָזיקן ראָמאַן אַזױ שײן. האַלקינס עלעגאַנטער ענגליש פֿאַרמאָגט אַ געװיסן אַלטצײַטישן חן, װאָס באַטאָנט די דיסטאַנץ צװישן דעם הײַנטיקן לײענער און דער סאָװעטישער װירקלעכקײט פֿון די 1930ער יאָרן.
מיט אַלע זײַנע מעלות איז ״זעלמעניאַנער״ ניט זײער אַ געלונגענער ראָמאַן. קולבאַק איז ניט געװען אַ נאַטירלעכער ראָמאַניסט, און די סטרוקטור פֿונעם ראָמאַן װײַזט אַרױס זײַן געראַנגל מיט די הילכות פֿונעם זשאַנער. די אײנצלנע פֿראַגמענטן לײענען זיך זײער גוט, בפֿרט װען מען האָט אין זינען סענדעראָװיטשעס דערקלערונגען. אָבער װי אַ גאַנצקײט צעפֿאַלט זיך דער ראָמאַן אױף שטיקער. אײן סיבה איז אַװדאי די אידעאָלאָגיע׃ קולבאַק האָט זיך כּסדר געמוזט צופּאַסן צו די אױסבײגן פֿון דער פּאַרטײ־ליניע. צומאָל האָט ער אַפֿילו געביטן, קריקװירקיק, די ביאָגראַפֿישע פּרטים פֿון זײַנע העלדן, כּדי צו מאַכן זײ מער סאָװעטיש.
אָבער אױך עסטעטיש איז קולבאַק פֿאַרבליבן אַ מאָדערניסטישער דיכטער, אַ מײַסטער פֿונעם איראָנישן אימאַזש, פֿונעם אַבסורדישן פּאַראַדאָקס, און, קודם־כּל, פֿונעם פֿרישן און טרעפֿלעכן ייִדישן װאָרט. און דאָס בלײַבט אױף תּמיד אינעם ייִדישן מקור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.