מיט דרײַ וואָכן צוריק האָט דער זייגער אָפּגעציילט זיבעציק יאָר זינט דעם אָפֿיציעלן אָנהייב פֿונעם “דאָקטוירים-ענין” אין רוסלאַנד. דעם 13טן יאַנואַר 1953 — דאָס נײַע יאָר לויטן פּראַוואָסלאַוונעם קאַלענדאַר — האָט די צײַטונג “פּראַוודאַ” פֿאַרעפֿנטלעכט אַן עדיטאָריאַל אונטערן טיטל “די נידערטרעכטיקע שפּיאָנען און מערדער אונטער דער מאַסקע פֿון פּראָפֿעסאָרן-דאָקטוירים”. צו יענער צײַט האָט מען אַרעסטירט די סמעטענע פֿון דער סאָוועטישער מעדיצינישער וועלט, וווּ ייִדן האָבן תּמיד געשפּילט אַ פֿירנדיקע ראָלע. אַזאַ ראָלע האָבן זיי געשפּילט אויך צווישן די אַרעסטירטע. באַשולדיקט האָט מען זיי אין כּלערליי אויסגעטראַכטע זאַכן, אָבער דער עיקר, אין פֿאַרקירצן די יאָרן פֿון די סאָוועטישע פֿירער.
דאָס לאַנד איז דעמאָלט אַרומגעכאַפּט געוואָרן מיט פּחד — איין קלייניקייט! ייִדן סמען אָפּ דאָס רוסישע פֿאָלק! מענטשן האָבן מורא געהאַט גיין צו אַ ייִדישן דאָקטער צי קויפֿן אַ רפֿואה בײַ אַ ייִדישן אַפּטייקער. די אַטמאָספֿער פֿון יענער צײַט גיט איבער זייער גוט די דערציילונג פֿון דער ישׂראלדיקער רוסיש-שפּראַכיקער שרײַבערין דינאַ רובינאַ, “ליובקאַ”, און דער געראָטענער פֿילם, וואָס איז אין יאָר 2009 געמאַכט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון אָט דער דערציילונג.
ס׳איז נאָך גוט, וואָס די דאָזיקע קאַמפּאַניע האָט געדויערט ניט זייער לאַנג. קודם-כּל, האָט סטאַלין זיך אָפּגערוקט אָנהייב מאַרץ 1953. אַ גאַנצע “וויסנשאַפֿט” האָט זיך געשאַפֿן אַרום דעם אָנהייב פֿון דעם ענין אין דער פּראַוואָסלאַוונער חגא און סטאַלינס סוף, וואָס איז אַרויסגעפֿאַלן דווקא אויף פּורים. אַזוי צי אַזוי, אָבער די דאָקטוירים האָט מען אָנהייב אַפּריל באַפֿרײַט. דער סם, וואָס מע האָט אַרײַנגעשפּריצט אין דעם באַוווּסטזײַן, איז פֿאַרבליבן, לכל-הפּחות טיילווײַז. דער צוטריט פֿון ייִדן צו מעדיצין איז געוואָרן שווערער. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַנטיסעמיטן הערן ניט אויף צו שרײַבן, בפֿרט אין אינטערנעץ, וועגן ייִדישע “מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן”.
איך בין זיכער, אַז טאָמער עמעצער וואָלט אויסגעפֿרעגט דעם רוסישן המון, וואָלט עפּעס אַ חלק נאָך איצט געזאָגט, אַז זיי גלייבן ניט קיין ייִדישע דאָקטוירים. עס זײַנען דאָך דאָ אַזעלכע, וואָס זײַנען זיכער, אַ שטייגער, אַז בײַ זיי צי בײַ אַנדערע קריסטן נעמט מען בלוט כּלומרשט אויף טעסטירן, אָבער “אין דער אמתן” טוט מען עס, כּדי האָבן וואָס צוצוגעבן בײַם באַקן מצה; ווײַל וואָס פֿאַר אַ ווערט האָט אַ מצה, אויב עס האָט ניט אין זיך כאָטשבע אַ טראָפּן קריסטלעך בלוט!
די רייד גייט דאָ, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דעם “ווילדן” טייל פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג. דער אַנדערער טייל, אַ פּנים דער גרעסטער און מער אויפֿגעקלערטער, איז אַרײַנגעפֿאַלן אין גאָר אַן אַנדער “משוגעת”, בפֿרט אין די לעצטע יאָרן: זיי האַלטן אַ וועלט פֿון דער ישׂראלדיקער מעדיצין. אַזאַ שטימונג האָט זיך אַנטוויקלט אויפֿן פֿאָן פֿון דעם שווערן מצבֿ, אין וועלכן עס געפֿינט זיך די רוסישע מעדיצין; און די עמיגראַציע פֿון דאָקטוירים — ייִדישע און ניט־ייִדישע — האָט, בלי-ספֿק, אויך אָפּגעשוואַכט די היגע שפּיטאָלן.
די טעג ווײַזט די רוסישע טעלעוויזיע, ווי עס שטעלט זיך אויף די פֿיס דער פּאָפּולערער אײַז-פֿיגוריסט יעווגעני פּליושטשענקאָ, וואָס האָט שוין זעכציק גאָלדענע מעדאַלן און חלומט וועגן צוגעבן צו זײַן קאָלעקציע אויך אַ מעדאַל פֿון דער קומענדיקער ווינטער-אָלימפּיאַדע. אָבער ער האָט געמוזט איבערלעבן אַ שווערע אָפּעראַציע, ווײַל בײַ אים איז עפּעס קאַליע געוואָרן אין זײַן חוט-השדרה. וווּ מאַכט מען אַזאַ אָפּעראַציע? אַוודאי אין ישׂראל.
דאָס איז שוין געוואָרן אַ באַנאַלע זאַך — האָט אַ רוסישער מענטש (מיט געלט, פֿאַרשטייט זיך) אַ קראַצעניש ערגעץ אין זײַן גוף צי אין זײַן נשמה, אָדער די קרענק איז, חס-וחלילה, באמת אַן ערנסטע, פֿאָרט מען קיין ישׂראל. דײַטשלאַנד איז אויך פּאָפּולער. אָבער ישׂראל, איז אויפֿן ערשטן אָרט. קודם-כּל, דאַרף מען ניט האָבן קיין וויזע. צווייטנס, איז עס ביליקער ווי אין דײַטשלאַנד. דריטנס, רעדט מען דאָרטן רוסיש. אַ העלפֿט פֿון די אויסלענדער, וואָס קומען קיין ישׂראל ווי “מעדיצינישע טוריסטן”, זײַנען רוסן, ווי אויך אוקראַיִנער און בירגער פֿון אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע מקומות. דער “מעדיצינישער טוריזם” ברענגט צענדליקער מיליאָנען דאָלאַר אַ יאָר.
מיט אַ האַלב יאָר צוריק האָט מען צונויפֿגעשטעלט אַ געזונט-קלאַסיפֿיקאַציע פֿון 145 לענדער. לויט אָט דער רשימה, איז סינגאַפּור געקרוינט ווי דאָס סאַמע געזונטע לאַנד. ישׂראל איז אויפֿן זעקסטן אָרט. דײַטשלאַנד — אויפֿן צענטן. די פֿאַראייניקטע שטאַטן — אויפֿן 33סטן. וואָס שייך רוסלאַנד און אוקראַיִנע, פֿאַרנעמען זיי די ערטער נומער 97 און 99; צווישן זיי, אויפֿן 98סטן אָרט, איז איראַק. אַזוי אַז קיין ישׂראל, ווי אויך קיין דײַטשלאַנד, פֿאָרט מען גאָר ניט צופֿעליק.
פֿון דער ישׂראלדיקער מעדיצין האַלט, למשל, מיכאַיִל פּראָכאָראָוו, איינער פֿון די רײַכסטע לײַט אין רוסלאַנד. אין די פּרעזידענטישע וואַלן האָט ער אָנגעקליבן אין גאַנצן 8 פּראָצענט שטימען, אָבער אָרעמער האָט אים עס, דאַכט זיך, ניט געמאַכט. שוין אַ יאָר צען באַלעבאַטעוועט ער איבער צוויי קליניקעס אין ישׂראל. ער האָט געזאָגט, אַז דער רוסישער מעדיצין גלייבט ער, לחלוטין, ניט. איצט בויט ער אין רוסלאַנד אַ קליניק, באַזירט אויף דער ישׂראלדיקער דערפֿאַרונג. בכלל, די ישׂראלדיקע מעדיצין איז אַזוי פּאָפּולער, אַז ישׂראלדיקע מעדיצינישע צענטערס אַרבעטן אין מאָסקווע און אין אַ צאָל אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע שטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.