צווישן דעם 10טן און 15טן פֿעברואַר קומט אין ירושלים פֿאָר דער 26סטער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער יריד. צום ערשטן מאָל, נאָך אַן איבעררײַס פֿון אַ פּאָר צענדליק יאָר, וועלן זיך אין דער וויכטיקער גײַסטיקער אונטערנעמונג באַטייליקן אויך די אַרויסגעבער פֿון ייִדישע ביכער, אוידיאָ און ווידעאָ־פּראָדוקציע. איניציִיִרט און פֿינאַנצירט האָט דעם אויפֿטו צילע גאָדראָוו, די גענעראַל-דירעקטאָרין פֿון דעם נאַציאָנאַלן אַמט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור אין מדינת-ישׂראל (מער באַקאַנט ווי “די אינסטאַנץ”).
ווי איך דערוויס זיך, וועלן זיבן פֿאַרלאַגן פֿאָרלייגן הונדערטער ביכער אויף ייִדיש און וועגן ייִדישער קולטור און פּרעסע, און וועלן צעלייגן די ביכער אויף טישן; און טויזנטער באַזוכער וועלן האָבן אַ דירעקטן צוטריט אָנצוקוקן, אָנצוטאַפּן און אײַנצוקויפֿן ייִדישע ביכער.
צום באַדויערן, איז הײַנט־צו־טאָג נישטאָ קיין איין קאָנצענטרירטער ביכער-פֿאַרקויף פֿון ייִדישע ביכער אין ישׂראל. די ביכער וואָס דערשײַנען אויף ייִדיש און וועגן ייִדיש, ווערן אַרויסגעגעבן פֿון פֿאַרשיידנאַרטיקע פֿאַרלאַגן, און ווערן דערטרונקען אין דעם ים פֿון 7.000 ביכער, וואָס דרוקן זיך יערלעך אין מדינת-ישׂראל.
דער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער-יריד, וועט אַזוי אַרום קאָנצענטרירן צום ערשטן מאָל אַ שלל מיט ייִדישע ביכער פֿון די ווײַטער דערמאָנטע פֿאַרלאַגן: דער “ה. לייוויק-פֿאַרלאַג” פֿון בית־לייוויק, דער “י.-ל. מאגנס-פֿאַרלאַג”, דער “פֿאָרווערטס-פֿאַרלאַג” פֿון ניו-יאָרק, דער פֿאַרלאַג פֿון “ברית־העבֿודה”, דער “ש. זאק-פֿאַרלאַג” דער “בית-שלום-עליכם-פֿאַרלאַג”, און דער פֿאַרלאַג פֿון “דבֿ-סדן-פּראָיעקט”. לאָמיר האָפֿן, אַז דער אויפֿגעוואַכטער אינטערעס פֿאַר ייִדישע ביכער און ייִדישער קולטור אין דער גאָרער וועלט און אין מדינת-ישׂראל, וועט אָנרעגן געשעפֿטלעך געשטימטע מוחות, צו עפֿענען אַ ביכער־קראָם פֿון ייִדישע ביכער אין אַ צענטראַלן אָרט, אין איינער פֿון די גרויסע שטעט אין ישׂראל.
ווי מיר דערוויסן זיך, עקזיסטירט אָט דער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער-יריד אין ירושלים זינט 1963, און ווערט אָרגאַניזירט אַלע צוויי יאָר. אָט דער יריד האָט צוויי פֿונקציעס: אַ געשעפֿטלעכע און אַ קולטורעלע. אַ געזעמל פֿון פֿאַרוואַלטער פֿון באַוווּסטע פֿאַרלאַגן, אַגענטן, פֿאַרקויפֿער, רעדאַקטאָרן און אויטאָרן טרעפֿן זיך דאָרט במשך פֿון זעקס טעג, צוועלף שעה אַ טאָג.
די וויכטיקייט פֿון אַזאַ צוזאַמענטרעף צווישן ביכער-מענטשן און דעם ברייטן פּובליקום ליגט אין דעם פֿאַקט, וואָס עס נעמען אָנטייל אַן ערך 600 פֿאַרלעגער און מחברים פֿון איבער 30 לענדער, און עס ווערן צעשטעלט מער ווי 100.000 ביכער אין פֿילצאָליקע שפּראַכן. דער קומענדיקער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער-יריד אין פֿעברואַר וועט פֿאָרקומען אין ירושלים צום 26סטן מאָל.
אַ וויזיט בײַ די טישן און פּאָליצעס פֿון דעם יריד, וועט ענדלעך קענען ענטפֿערן אויף דער טשיקאַווער פֿראַגע וואָס אַ סך פֿרעגן און זוכן אויף דעם אַן ענטפֿער: צי דרוקט מען נאָך ייִדישע ביכער? אמת, אויף וויפֿל מיר ווייסן, איז דער “ה. לייוויק־פֿאַרלאַג” אין תּל-אָבֿיבֿ, אפֿשר דער איינציקער פֿאַרלאַג וואָס דרוקט כּסדר ייִדישע ביכער אין דער וועלט, זינט 1980 און ביז הײַנט. דער פֿאַרלאַג האָט אַרויסגעגעבן אַרום 130 ביכער, דער עיקר, אויף ייִדיש. אַלע אַנדערע דערמאָנטע פֿאַרלאַגן וואָס דרוקן ייִדישע ביכער, טוען עס ווי אַ צוגאָבטייל צו זייערע אַלע אַנדערע אויפֿגאַבעס. דאָך, ווען עס וואָלט עקזיסטירט אַ ביכער-קראָם וואָס פֿאַרקויפֿט ייִדישע ביכער, וואָלט מן-הסתּם געווען אַ לעבעדיקער פֿאַרקער פֿון ליבהאָבער פֿון ייִדישן וואָרט — סטודענטן, פֿאָרשער, איבערזעצער, טוריסטן און ביבליאָפֿילן.
ס’וואָלט פֿאַרנומען אַ צו גרויס אָרט צו באַשרײַבן די פֿילצאָליקע ייִדישע ביכער וואָס זײַנען דערשינען אויף ייִדיש און וועגן ייִדיש אין 21סטן יאָרהונדערט, וועלכע וועלן אויסגעשטעלט ווערן דורך די זיבן דערמאָנטע פֿאַרלאַגן. וועלן מיר זיך באַגרענעצן צו דערמאָנען אין קורצן אַ פּאָר פֿון די 33 ביכער, וואָס דער דבֿ-סדן-פּראָיעקט בײַם ייִדיש אָפּטייל פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט וועט ברענגען צום יריד.
די 33 ביכער נעמען אַרום ביכער אַרויסגעגעבן פֿון פֿאַרלאַג בײַם דבֿ-סדן-פּראָיעקט; ביכער וואָס געפֿינען זיך אין דרוק און וועלן דערשײַנען אין די קומענדיקע צוויי יאָר, ביכער וואָס מחברים בײַ דער ייִדיש-קאַטעדרע האָבן אַרויסגעגעבן אין אַנדערע פֿאַרלאַגן, און ביכער פֿון פֿאַרשיידענע מחברים און אָרגאַניזאַציעס, וואָס דער דבֿ-סדן-פּראָיעקט האָט גענומען אויף זיך זיי צו פֿאַרשפּרייטן בעתן יריד. די אַלע ביכער זײַנען פֿאַרנאָטירט און אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אַ ספּעציעלן קאַטאַלאָג, רעדאַגירט פֿון ד”ר סאָניע-רחל קאָמאָראָצי, ספּעציעל פֿאַר די באַזוכער אויפֿן יריד, וועלכע וועלן אים באַקומען אומזיסט, ווי אַ מתּנה.
צווישן די ביכער וואָס זײַנען לעצטנס דערשינען אין דרוק אויף ייִדיש אָדער וועגן ייִדיש און ייִדישער קולטור, אַרויסגעגעבן פֿון דבֿ-סדן-פּראָיעקט, אָדער פֿאַרשפּרייט פֿון אים, וועלן מיר דערמאָנען ווי אַ בײַשפּיל: “קורצער ווערטערבוך ייִדיש–העברעיִש–ענגליש”, פֿון ד”ר יוסף גורי און שאול פֿערדמאַן (2010), צווייטע אויפֿלאַגע, צוגעפּאַסט פֿאַר די וואָס לערנען זיך ייִדיש די ערשטע דרײַ יאָר; “אונטער די גרינינגע ביימעלעך: קינדער-זשורנאַלן אויף ייִדיש און העברעיִש אין פּוילן צווישן ביידע וועלט-מלחמות” (2006), אויף העברעיִש; “אילוסטרירטע לידער פֿאַר קינדער אויף ייִדיש און העברעיִש”, פֿון שמואל צעסלער (2011); “ייִדישע דרוקן אין אונגאַרן: אַנאָטירטע ביבליאָגראַפֿיע”, פֿון ד”ר סאָניע-רחל קאָמאָראָצי (2011).
צילע גאָדראָוו, די גענעראַל-דירעקטאָרין פֿון דעם נאַציאָנאַלן אַמט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור אין מדינת-ישׂראל האָט, ווי עס זעט אויס, אַרײַנגעלייגט אַ סך מי און מחשבֿה, צונויפֿצופֿירן די פֿאַרשיידענע פֿאַרלאַגן אונטער איין דאַך. ווי מיר דערוויסן זיך, ווערט אויך צוגעגרייט אַ ספּעציעלער קולטור-אָוונט מיטוואָך דעם 13טן פֿעברואַר, 6 אין אָוונט, וווּ עס וועלן אויפֿטרעטן ייִדישע פּאָעטן, וואָס וועלן פֿאָרלייענען זייערע לידער, ווי אויך דרײַ קליינע קינדער, וואָס וועלן פֿאָרשטעלן אויף ייִדיש שמואל צעסלערס לידער פֿאַר קינדער.
הלוואַי זאָל אַלץ דורכגיין בשלום און די סטענדן מיט ייִדישע ביכער זאָלן אויף די קומענדיקע ביכער־ירידן פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט, ווי עס קומט זיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.