אַזאַ מזל האָבן מיר שוין! פּלוצעם, די פֿאַרגאַנגענע וואָך, כאַפּט זיך אַ ייִדישיסט פֿון אַ גאַנץ יאָר אויף און זעט, אַז דער באַקאַנטער זשורנאַליסט דזשאָזעף בערגער איז אַרויס אין דער בכּבֿודיקער אַמעריקאַנער צײַטונג The New York Times מיט אַן אַרטיקל וועגן “פֿאָרווערטס” — “אַ נײַ אָרט פֿאַר ייִדיש אויף דער אינטערנעץ”.
אויפֿן צווייטן טאָג האָט מען שוין דעם זעלבן אַרטיקל, נאָר אויף עבֿרית, געקאָנט לייענען אין דער חשובֿער ישׂראלדיקער צײַטונג “הארץ”, אָבער שוין אונטער אַן אַנדערן קאָפּ: “צי וועט דער אויפֿלעב פֿון ייִדיש קומען פֿון דער אינטערנעץ”. ווי זאָגט מען, די זעלבע יענטע, נאָר מיט אַ סקעפּטישן קוועטש.
מה רעש? דער ייִדישער “פֿאָרווערטס” באַווײַזט זיך אין דער אינטערנעץ מיט אַ טעגלעכער וועבזײַט. דעם אמת געזאָגט, די וואָס לייענען ייִדיש, ווייסן, אַז דער “פֿאָרווערטס” גייט יעדע וואָך אַרויס אויף דער וועבזײַט זינט 1999.
ייִדיש האָט שוין לאַנג זיך באַזעצט אין דער אינטערנעץ און אַפֿילו אויסגעאַרבעט אַן אייגענע שפּראַך פֿאַר די אַלע נײַע טערמינען, וואָס ס’האָט אַרײַנגעבראַכט די עלעקטראָנישע איבערקערעניש. זייער אייגן “הייפֿל” האָבן דאָרט אויך די חרדישע באַנוצערס. מיט איין וואָרט, אין דער ווירטועלער וועלט הערט זיך דאָס ייִדישע קול גאָר פֿעסט.
אָבער לאָמיר זיך פֿאַרגינען אַ שטיקל סענסאַציע אויך! ווײַל בדרך־כּלל, אַז מע רעדט שוין וועגן ייִדיש, דערמאָנען די רייד מער אַ הספּד.
ייִדן, זעט אויס, האָבן אַ באַזונדערן רעספּעקט צו אַ בר־מינן און לוויות. אויף דער וועלט האָט מען שוין ייִדיש כּמעט באַגראָבן; ווער ווייסט עס הײַנט נישט, אַז ייִדיש איז אַ גוסס. די ערשטע פֿראַגע וואָס אַ ייִדישער שרײַבער האָט געהערט די לעצטע 60 יאָר איז: “וויפֿל מיינט איר, וועט נאָך ייִדיש לעבן?” אַנדערש געזאָגט: “ווען וועט שוין די לוויה פֿון ייִדיש?” בדרך־כּלל, פֿרעגן עס די מענטשן, וואָס קענען אָנרופֿן אפֿשר צוויי־דרײַ נעמען פֿון ייִדישע שרײַבער און רעדן קוים אַרויס אַ פֿינף־זעקס ייִדישע ווערטער, ווי למשל, “לאַטקעס”, “דריידל”, “געפֿילטע פֿיש” און… “שמאָק”.
אייניקע מומחים פֿון ייִדיש האַלטן, אַז דער לעצטער באַסטיאָן פֿאַר ייִדיש — איז דער “חרדישער הויף” — דאָרט רעדט מען ייִדיש פֿון קליין ביז גרויס און טאָג־טעגלעך. ווי עס זאָל נישט זײַן, איז דער “הויף” אַרומגעצאַמט מיט אַ הויכן פּלויט. דער שטח פֿון די אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען גופֿא פֿאַרשפּרייט זיך פֿון גליקל פֿון האַמל ביז דער חורבן־ליטעראַטור. דעריבער שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז נאָכן חורבן ביזן הײַנטיקן טאָג זײַנען שוין מער קיין ייִדישע שאַפֿער נישט געווען און נישטאָ.
אַמאָל איז ייִדיש אין ישׂראל געווען אַ סינאָנים פֿון קאָמוניסטן און חרדים. סײַ צו די קאָמוניסטן און סײַ די חרדים האָט מען דאָרט אַ באַזונדערע באַציִונג און נישט די בעסטע. האָט מען עס אויך אויסגעלאָזט צו ייִדיש בכלל. דער באַקאַנטער ישׂראל־שרײַבער אַהרון אַפּעלפֿעלד האָט מיר אַמאָל דערציילט (אויף אַ גוטן ייִדיש), אַז ייִדיש האָט ער זיך אויסגעלערנט פֿון צוויי מקורים — ער פֿלעגט ספּעציעל באַזוכן די פֿאַרזאַמלונגען פֿון די קאָמוניסטן און זיך גאַנצע טעג אַרומדרייען אין מאה־שערים. דעם ערשטן ישׂראל־פּרעמיער בן־גוריון האָט געגרילצט אין אויער, ווען ער האָט געהערט ייִדיש; און דער העברעיִשער שרײַבער אַהרון אַפּעלפֿעלד, געווינער פֿון “פּרס־ישׂראל”, איז פֿון ייִדיש באַגײַסטערט געוואָרן.
אַ לעבעדיקן אינטערעס צום טעגלעכן “פֿאָרווערטס” האָבן אַרויסגעוויזן די נײַעס־אַגענץ “רויטערס”, “ייִדישע טעלעגראַפֿן־אַגענטור” און די אויסגאַבע “קאָלומביע זשורנאַליזם־רעוויו”, וואָס שולט אויס זשורנאַליסטן בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט. אַלע אויסגאַבעס האָבן זיך באַמיט צו דערקלערן זייער לייענערשאַפֿט וואָס ייִדיש איז; צום באַדויערן, אומגעלומפּערט, מיט פּרימיטיווע קלישעס, ווי למשל, “ווי אַ לעבעדיקער דײַטשישער דיאַלעקט, באַפֿעפֿערט מיט העברעיִשע און סלאַווישע ווערטער און געשריבן מיט העברעיִשע אותיות, האָט ייִדיש געדינט ווי אַ הויפּט־שפּראַך אין מיזרח־אייראָפּע אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.” (רויטערס)
פֿון דעסטוועגן, איז אַזאַ “אָפּשאַצונג” פֿון אַ שפּראַך מיט אַ וועלט־ליטעראַטור געוואָרן אַ “נאָרמאַטיווע” שיטה פֿון זשורנאַליסטיק, אַרײַנגערעכנט נישט ווייניק “דזשויִשע” זשורנאַליסטן. דאָס אַרויסווײַזן עם־הארצישקייט מכּוח ייִדיש איז נישט קיין בושה! נאָך מער: אַזאַ נאַציאָנאַלע עם־הארצישקייט הערשט צווישן אַ היפּשן טייל ייִדן־אינטעלעקטואַלן, מומחים אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, קונסט, מעדיצין וכּדומה, שוין אָפּגערעדט, צווישן דעם אַזוי גערופֿענעם “דזשויִשן עסטאַבלישמענט”.
איבערגעטריבן און אַפֿילו פֿאַרקריפּלט ווערט “אונטערגעטראָגן” כּמעט אין אַלע פּובליקאַציעס די באַמיִונגען פֿון דער “פֿאָרווערטס”־רעדאַקציע דורכצושנײַדן אין דעם הויכן פּלויט פֿון אָפּגעזונדערטקייט אַ לופֿט־שפּאַרונע צווישן דעם חרדישן “הויף” און דער וועלטלעכער “ייִדישער גאַס”. די “שפּאַרונע”, איך מיין דער בלאָג: „אידיש מיט אן ׳א׳‟ — האָבן איניציִיִרט ביידע זײַטן, ווײַל אויך דאָרט אינעם “חסידישן הויף” זײַנען דאָ טאַלאַנטירטע יונגע שרײַבער און סתּם נײַגעריקע מענטשן, וואָס ווילן בעסער פֿאַרשטיין “די ייִדישע גאַס”, און פֿאַרקערט; דווקא ווײַל ביידע צדדים קומען אַרויס פֿון די זעלבע שורשים און רעדן אויף איין שפּראַך — אויף מאַמע־לשון.
יאָ, ייִדיש, די ייִדישע אוצרות, זייערע באַשאַפֿערס און רעדערס האָבן אין 20סטן יאָרהונדערט געליטן שרעקלעכע יסורים — סײַ פֿון אייגענע און סײַ פֿון פֿרעמדע. עס וויל זיך גלייבן, אַז אין דער ווירטועלער וועלט פֿון 21סטן יאָרהונדערט, וועט דער וועג פֿון ייִדיש זײַן אַ מזלדיקער. יעדנפֿאַלס, דער דיגיטאַלישער “טעגלעכער פֿאָרווערטס”, מיט זײַנע אַרטיקלען, דירעקטע ראַדיאָ־רעפּאָרטאַזשן פֿון די גרעסטע ייִדישע קהילות איבער דער וועלט, באַלערנדיקע ווידעאָ־פּראָגראַמען וכּדומה וועט טאָן צוליב דעם אַלץ, אַבי אָנצוגיין ווײַטער, ווי ס’האָבן אונדז אָנגעזאָגט אונדזערע “פֿאָרווערטס”־אָבֿות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.