וואַשינגטאָן (ייִט״אַ). — אַ פּרטימדיקע שטודיע וועגן די פּאַלעסטינער און ישׂראלדיקע לערנביכער פֿאַר שולקינדער איז געקומען צום אויספֿיר, אַז די פּאַלעסטינער לערנביכער האָבן אַ סך ווייניקער אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע, ווי מע האָט ביז איצט געזאָגט — אַ זאַך, וואָס איז נישט געפֿעלן געוואָרן געוויסע הויכע באַאַמטע אין דער ישׂראלדיקער רעגירונג.
די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט נישט אָפֿיציעל מיטגעאַרבעט מיט דער שטודיע, אָבער די באַאַמטע פֿונעם פּאַלעסטינער אויטאָריטעט האָבן זיך יאָ באַטייליקט אין דער אַרבעט.
הגם אַזאַ מסקנה וואָלט געדאַרפֿט באַצייכנט ווערן ווי גוטע נײַעס פֿאַר די שטיצער פֿון ישׂראל, באַדראָט עס אויך איינעם פֿון די הויפּט־עלעמענטן פֿון דער ישׂראלדיקער שטעלונג צום קאָנפֿליקט מיט די פּאַלעסטינער: יאָרן לאַנג האָט ישׂראל געטענהט, אַז די פּאַלעסטינער פּריידיקן שׂינאה קעגן ישׂראל, און דערפֿאַר קאָן מען נישט מאַכן קיין שלום מיט זיי.
די מחברים פֿון דער שטודיע, וואָס איז געשטיצט געוואָרן פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, האָבן דערקלערט, אַז סײַ ישׂראל, סײַ די פּאַלעסטינער זענען שולדיק אין דעם נישט איבערגעבן די אַרגומענטן פֿונעם צווייטן צד, אָבער עס זענען געווען עטלעכע אונטערשיידן. די לערנביכער פֿון די ישׂראלדיקע מלוכישע שולן זענען געווען מער גענייגט צו שילדערן די פּאַלעסטינער אויף אַ פּאָזיטיוון אופֿן און צו קריטיקירן געוויסע ישׂראלדיקע אַקציעס; אָבער די פּאַלעסטינער לערנביכער, ווי אויך די ישׂראלדיקע ביכער אין די חרדישע שולן, האָבן, בדרך־כּלל, געשילדערט דעם צווייטן צד אויף אַ נעגאַטיוון אופֿן.
די פֿאָרש־אַרבעט פֿאַר דער שטודיע האָט זיך אָנגעהויבן אין 2009 דורכן „ראַט פֿון רעליגיעזע אינסטיטוציעס אינעם הייליקן לאַנד‟ — אַ צווישן־רעליגיעזע אָרגאַניזאַציע, וואָס באַמיט זיך צו שאַפֿן אַ קלימאַט, וווּ רעליגיע ווערט נישט אויסגעניצט ווי אַ מיטל פֿון קאָנפֿליקט. אין דער אָרגאַניזאַציע באַטייליקן זיך די פֿירער פֿונעם ישׂראלדיקן ראַבינאַט, דעם פּאַלעסטינער איסלאַמישן „וואַקף‟, און די פֿירער פֿון קריסטלעכע קלויסטערס אין ישׂראל און דעם מערבֿ־ברעג.
ברוס וועקסלער, אַ פּסיכיאַטריע־פּראָפֿעסאָר פֿון יעל־אוניווערסיטעט, האָט אָרגאַניזירט די פֿאָרש־מאַנשאַפֿט, און דניאל בר־טל פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, און סאַמי אַדוואַן פֿונעם אוניווערסיטעט פֿון בית־לחם, האָבן אָנגעפֿירט מיט דעם. אַ גרופּע צוויי־שפּראַכיקע פֿאָרש־אַסיסטענטן האָבן דורכגעלייענט 74 ישׂראלדיקע לערנביכער, און 96 פּאַלעסטינער לערנביכער.
יוסי קופּערוואַסער, דער דירעקטאָר פֿונעם ישׂראלדיקן מיניסטעריום פֿון סטראַטעגישע ענינים, האָט אָבער שטאַרק קריטיקירט די שטודיע. „זי פֿאַרגלײַכט איין בילדונג־סיסטעם, וואָס פּריידיקט שלום, און אַ צווייטע, וואָס רופֿט צו פֿאַרטיליקן דעם צווייטן צד,‟ האָט קופּערוואַסער באַמערקט. „ס׳איז גלײַך ווי מע וואָלט פֿאַרגליכן עפּל מיט זשיראַפֿן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.