איבער אַ יאָר אין ביראָבידזשאַן?

Next Year in Birobidzhan?


פֿון משה לעמסטער

Published February 05, 2013.

ווען ייִדיש איז געווען די נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון דעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום האָט דאָס פֿאָלק און די שרײַבער זײַנע געשאַפֿן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און די ייִדישע ליטעראַטור, וואָס די בעסטע מוסטערן וואָלטן געקאָנט דינען פֿאַר אַ נײַעם גלות־תּנ”ך, אָנגעשריבן אין ייִדיש…

דאָס יאָר ווערט שוין 105 יאָר נאָך דער טשערנאָוויצער ערשטער ייִדישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ (1908), אויף וועלכער מע האָט באַשטימט, אַז ייִדיש איז איינע פֿון די נאַציאָנאַלע שפּראַכן פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק! באַשטימט דע־יוראָ, ווײַל דע־פֿאַקטאָ האָט דאָס שוין פֿון לאַנג אויפֿגענומען דאָס ייִדישע פֿאָלק. במשך פֿון דער צײַט זינט 1908, זענען געווען אָנגעשריבן הונדערטער אַרטיקלען וועגן דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. מ’האָט דורכגעפֿירט פֿאַר די 105 יאָר פֿאַרשיידענע יוביליי־אונטערנעמונגען: “20 יאָר נאָך דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ”, “25 יאָר…”, “50 יאָר…”, “90 יאָר…”, “100 יאָר…”

אויב אין יאָר 1928 קאָן מען נאָך לייענען אין די ייִדישע צײַטונגען אַרטיקלען, ווי למשל, פֿון אַבֿרהם גאָלאָמב: “די אויפֿגאַבן פֿון ייִדישיזם”, צי פֿון פּלודערמאַכער גרשון: “די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ און די אויפֿגאַבן פֿונעם איצטיקן מאָמענט”. שפּעטער, צום באַדויערן, וואָס מער מ׳האָט זיך דערווײַטערט פֿונעם יאָר 1908, אַלץ ווייניקער פּראַקטישע רעזולטאַטן האָבן געבראַכט די דורכגעפֿירטע יובֿל־פֿײַערונגען. כאָטש די רעפּאָרטאַזשן פֿון די אונטערנעמונגען האָבן געקלונגען זייער שיין: “דער גרויסער יום־טובֿ פֿון ייִדישיזם” אאַ״וו. דאָך די לאַגע פֿון ייִדיש, פֿון אונדזער מאַמע־לשון, פֿון יאָר צו יאָר איז געוואָרן אַלץ ערגער און ערגער. די פֿאַרשיידענע פֿײַערונגען, קאָנפֿערענצן האָבן ניט געגעבן קיין פּשוטן ענטפֿער: ווי אַזוי פּראַקטיש צו רעאַליזירן די באַשלוסן פֿון דער טשערנאָוויצער ייִדישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ, אַז “ייִדיש איז איינע פֿון די נאַציאָנאַלע שפּראַכן פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק”? בקיצור, וואָס מיינט עס און מיט וואָס עסט מען עס?

אין 2008 האָט מען אין טשערנאָוויץ דורכגעפֿירט אַ וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד “100 יאָר פֿון דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ”. עס האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט געזעלשאַפֿטלעכע טוער, פּאָליטיקער, אַ 40 פּראָפֿעסאָרן פֿון 15 לענדער. שיין! פֿון אַזאַ בכּבֿודיקן פֿאָרום האָט מען געקאָנט דערוואַרטן ענטפֿערס אויף די וויכטיקסטע פֿראַגעס: וואָס וועט זײַן מיט ייִדיש ווײַטער? צי איז נאָך אויך הײַנט גילטיק די באַשטימונג וועגן ייִדיש, ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון אונדזער פֿאָלק? פֿון אַזאַ מחנה פּראָפֿעסאָרן (אין 1908 צווישן די 37 אָנטיילנעמער זענען געווען 3 געלערנטע מיטן וויסנשאַפֿטלעכן טיטול — דאָקטאָר) וואָלט מען געקאָנט דערוואַרטן אַ מין “פּראָטאָקאָל פֿון די ייִדישיסטישע חכמים”, אין וועלכן ס’וואָלט געווען קלאָר אָנגעוויזן ווי אַזוי צו באַהערשן די וועלט מיט ייִדיש, און ווי אַזוי צו צווינגען די ניט־ייִדן צו רעדן ייִדיש. (אַגבֿ, ס’איז שוין דאָ ניט ווייניק ניט־ייִדן וואָס לערנען ייִדיש). אומזיסטיקע האָפֿענונגען!..

אין יאָר 1908 האָט י. ל. פּרץ נאָך דעם וואָס ס’האָט זיך פֿאַרענדיקט די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, געדאַרפֿט גאַנץ פֿרי אַרויספֿאָרן קיין פּוילן. ווען ער איז אַרויס פֿונעם האָטעל און געלאָזט זיך צום פֿאָיעטאָן, איז צו אים צוגעלאָפֿן עפּעס אַ חסידל און אויסגעשריגן: “איר האָט פֿאַרראַטן דאָס ייִדישע פֿאָלק!” האָט אים י. ל. פּרץ געענטפֿערט: “איז צוליב דעם האָט איר געדאַרפֿט אַזוי פֿרי אויפֿשטיין?”

אויף דער יובֿל־קאָנפֿערענץ פֿון 2008 האָט פּראָפֿעסאָר מיכאַיִל טשלענאָוו אין זײַן פֿאָרטראָג דערוויזן, אַז ייִדיש איז איינע פֿון די ייִדישע שפּראַכן אויף וועלכער עס וואַרט דער זעלבער גורל וואָס אַנדערע שפּראַכן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק האָבן געהאַט, חוץ עבֿרית, פֿאַרשטייט זיך. איז צוליב דעם האָט געדאַרפֿט דער געשעצטער מאָסקווער פּראָפֿעסאָר “אויפֿשטיין אַזוי פֿרי?” אַנדערע האָבן געטענהט, אַז די צוקונפֿט פֿון ייִדיש איז פֿאַרבונדן מיט דער חרדישער סבֿיבֿה, אַז נאָר בײַ זיי, בײַ די חרדים, וועט זיך פֿאַרהיטן ייִדיש? כ’מיין, אַז אויך צוליב אַזוינע אויספֿירונגען איז ניט כּדאַי געווען “אויפֿצושטיין אַזוי פֿרי”.

אַוודאי, דער גורל פֿון ייִדיש אינטערעסירט יעדערן פֿון אונדז. אויף פֿאַרשיידענע טרעפֿונגען מיט די לייענער, צי אויף לעקציעס וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור פֿרעגט מען תּמיד: “וואָס וועט זײַן מיט ייִדיש ווײַטער?” יעדערער פֿון אונדז גיט עפּעס אַן ענטפֿער, נאָר די ענטפֿערס, געוויינטלעך, באַפֿרידיקן ניט ביידע צדדים. צ”ב דער שרײַבער מרדכי צאַנין פֿלעגט זאָגן, אַז דער קיום פֿון ייִדיש איז אפֿשר פֿאַרבונדן מיט דײַטשלאַנד. דער שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש האָט געטענהט, אַז ייִדיש וועט אַ מאָל זײַן די שפּראַך פֿון דער ישׂראלדיקער אַריסטאָקראַטיע. דער פּאָעט וועלוול טשערנין זאָגט, אַז “מיט ייִדיש וועט זײַן דאָס וואָס יעדערער פֿון אונדז וועט טאָן פֿאַר ייִדיש” אאַ״וו. דאָס זענען בלויז השערות און פֿאַנטאַזיעס. ס’איז געקומען די צײַט אויסצואַרבעטן אַ מער־ווייניק באַגרינדעטן ענטפֿער. און כ’מיין, אַז דער “פֿאָרווערטס” וואָלט געקאָנט ווערן די טריבונע פֿאַר אַזאַ דיסקוסיע.

ס׳איז באַקאַנט, אַז די נאַציאָנאַלע און די היסטאָרישע היים פֿון ייִדיש, פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישער קולטור איז אייראָפּע און די אייראָפּעיִשע לענדער דאַרפֿן דורך דעם “אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד” (EU) עפֿענען אַ וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט, וועלכער זאָל צוגרייטן צום דרוק אַלע בענדער פֿונעם “גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך”, “די אַלגעמיינע געשיכטע פֿון דער ליטעראַטור אויף ייִדש”, די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער, און ייִדישער מוזיק, אַנטאָלאָגיעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, איבערזעצונגען אויף אייראָפּעיִשע שפּראַכן, לערנביכער אאַ״וו. אַגבֿ, אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון 2008 האָט פּראָפֿעסאָר וואָלף מאָסקאָוויטש גערעדט וועגן דער נויטווענדיקייט פֿון אַן אַקאַדעמישן ייִדישן ווערטערבוך און דער קיִעווער היסטאָריקער אַנאַטאָלי קערזשנער — וועגן דער נייטיקייט פֿון לערנביכער אויף ייִדיש, און אַז די רעגירונג פֿון אוקראַיִנע דאַרף פֿינאַנציעל שטיצן דאָס לערנען ייִדיש אין די שולן פֿון לאַנד…

פֿאַרשטייט זיך, אַז די און אַנדערע פֿראַגעס קאָנען אַרומגערעדט ווערן אין גאַנג פֿון דער דיסקוסיע אויף די זײַטלעך פֿון “פֿאָרווערטס”. וויכטיק, אַז יעדערער פֿון אונדז זאָל פֿילן דאָס אַחריות פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש און דער ייִדישער קולטור. איך וויל דערמאָנען, אַז אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זענען פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געווען ייִדישע מיטלשולן, טעכניקומען, ייִדישע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוטן; אַז אין ווײַסרוסלאַנד איז ייִדיש געווען איינע פֿון די מלוכהשע שפּראַכן. עס זענען געווען ייִדישע קאָלכאָזן, נאַציאָנאַלע ראַיאָנען אאַ״וו. צו רעאַליזירן די ייִדיש־פּלענער דאַרף מען אַוודאי, יונגע כּוחות, ענטוזיאַסטן פֿון מאַמע־לשון, ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. און ווער ווייסט, אפֿשר, וועט נאָך קומען צי צײַט, ווען די יונגע ייִדישיסטן וועלן זיך טרעפֿן און זאָגן איינער צום אַנדערן: “איבער אַ יאָר אין ביראָבידזשאַן!” — ווײַל ביראָבידזשאַן איז אויך איינע פֿון די היסטאָרישע היימען פֿון ייִדיש…