עקשנות פֿון ביידע צדדים

A Game of Chicken between Haredis and Secular in Israel


פֿון עמיל קאַלין

Published February 05, 2013.

די סיטואַציע וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין ישׂראל נאָך די וואַלן, קאָן באַשריבן ווערן אַזוי: די וועלטלעכע און די חרדים שפּילן אין דער „טשיקען־שפּיל”. די שפּיל גייט אַזוי: צוויי אויטאָס יאָגן איינער אַנטקעגן דעם צווייטן, ווי פֿײַל־און־בויגן. דער ערשטער שאָפֿער, וואָס פֿאַרקערעוועט דעם רודער, כּדי אויסצומײַדן אַ זיכערן טויטלעכן צונויפֿשטויס, איז דער „טשיקען”, דער פּחדן.

געוויינטלעך, די וואָס זיצן הינטער די רודערס, זענען יונגע מאַנצבילן מיט צו פֿיל טעסטאַסטעראָן אין בלוט און צו ווייניק שׂכל אין קאָפּ. עס מאַכט זיך אַ מאָל, אָבער, אַז די אָנטיילנעמער אין דער שפּיל זענען דערוואַקסענע, אויסגעוויילטע רעפּרעזענטאַנטן פֿון גרויסע ציבורים.

אין אונדזער פֿאַל זיצן בײַ איין רודער די פּאַרטייען וואָס ס’האָט זיי אויסגעוויילט ס’רובֿ פֿון דעם וועלטלעכן ציבור: „יש עתיד”, „קדימה”, „מרץ” און אַ טייל פֿון „הליכּוד”.

בײַם צווייטן רודער זיצט דער חרדישער לאַגער: „יהדות-התּורה” און ש”ס.

די שפּאַנונג צווישן די וועלטלעכע און חרדים איז נישט קיין נײַע דערשײַנונג אין אונדזער מדינה; זי איז אין דעם זעלבן עלטער ווי די מדינה גופֿא. עס זענען געווען יאָרן, ווען אויף דעם דאָזיקן פֿראָנט האָט געהערשט אַ שטילשטאַנד, און אין אַנדערע יאָרן האָבן זיך צעפֿלאַקערט שאַרפֿע מחלוקתן. יעדנפֿאַלס, דער פּולווער האָט זיך שטענדיק געלאָזט פֿילן.

איצט, אַז דער אייביקער פּלאָנטער מיט די פּאַלעסטינער זעט אויס מער פֿאַרוויקלט ווי תּמיד, ווענדט דער וועלטלעכער צד זײַן אויפֿמערק צו די אינערלעכע ענינים.

די ישׂראלים לעבן לעצטנס איבער נישט קיין גרינגע צײַטן: עס ווערט שווערער זיך צו דערשלאָגן צו אַ פּאָסטן, די פּרײַזן שטײַגן, זיך צו פֿאַרגינען אַן אייגענע דירה איז נישט מער ווי אַ חלום; די שטײַערן און פֿאַרשידענע מלוכישע צאָלונגען שנײַדן פּאַסן פֿון דעם נישט פֿעטן געהאַלט, דערצו ווערט מען יעדעס מאָל גערופֿן צום „מילואים”.

דאָס לעבן אין ישׂראל איז נישט אומדערטרעגלעך, אָבער אַ גרויסער תּענוג איז עס אויך נישט. דער בודזשעט-קוכן ווערט אײַנגעשרומפּן. די נײַע עקאָנאָמישע גזירות שטייען אויף דער שוועל און עס קומט אַרויס די פֿראַגע: וואָס טוט מען? וווּ שנײַדט מען?

דער וועלטלעכער ציבור קוקט זיך אַרום און דאָס וואָס ער זעט בײַ די חרדים, געפֿעלט אים זייער נישט: די חרדים דינען נישט אין דעם מיליטער, די ישיבֿות קריגן געלטער פֿון דער מדינה, אָבער גרייטן נישט די בחורים צו אַ מאָדערנעם אַרבעט-מאַרק. דערמיט געבן זיי צו נאָך אַ רינג אין דער קייט פֿון נויטפֿאַלן, די גרויסע חרדישע משפּחות באַקומען פֿיל מער געלט פֿון דער נאַציאָנאַלער-זיכערונג ווי די וועלטלעכע משפּחות.

דער חרדישער צד וואַרפֿט אָפּ די טענות. ער זינגט די זעלבע אַלט-געבאַקענע, עטוואָס היסטערישע זמירות. דהײַנו: מ’האָט איבערגעלעבט המנען, היטלערן און סטאַלינען, וועט מען דאָס אויך איבערלעבן! נישט געזאָרגט, די גזירות וועלן בטל ווערן, מיר וועלן פֿאַרלאָזן די מדינה אד״גל.

דערווײַל שפּירט זיך נישט בײַ זיי קיין ווילן זיך צוצוהערן און פֿאַרשטיין די טענות פֿון די וועלטלעכע, און אַוודאי נישט קיין חשק צו פֿאַרקאַטשען די אַרבל און געפֿינען אַ לייזונג. זיי באַטראַכטן די וועלטלעכע ווי אַ ווילדער אומוויסנדיקער המון — אין דעם גוטן פֿאַל; און אַ באַנדע ייִדישע אַנטיסעמיטן — אין דעם שלעכטן פֿאַל.

אין אַזעלכע אומשטענדן האָט דער לאָזונג „גלײַכקײט אין יאָך” געטראָפֿן אין פּינטל. דער „ליכּוד”, אין איינעם מיט „קדימה”, האָבן נישט געקענט מער פֿאַרקוקן דעם דרוק און צונויפֿגערופֿן אַ קאָמיסיע וואָס האָט געזאָלט געפֿינען אַ לייזונג, ווי אַזוי קאָן מען אָנשליסן די חרדים אין מיליטערישן דינסט.

די חרדישע פּאַרטייען האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון באַטייליקן זיך אין דער קאָמיסיע און נישט פֿאָרגעשלאָגן קיין שום אַנדער לייזונג. פֿאַר זיי, ווען עס קומט צו דער טעמע פֿון רעקרוטירן די חרדישע בחורים, איז עס אַן אָסור־לדבר. דערצו הינקט אויך אונטער דער פּראָצעס פֿון אָנשליסן די חרדים אינעם אַרבעט-מאַרק.

עס האָט זיך נאָך נישט אָפּגעזוכט קיין אויסוועג און די פֿרוסטראַציע צעוואַקסט זיך. ווי וועט זיך אויסלאָזן די „טשיקען”־שפּיל? צי וועט מען געפֿינען אַ געמיינזאַם לשון, אָדער עס וועט פֿאָרקומען אַ צונויפֿשטויס?

עס ווילט זיך גלייבן, אַז בײַ אונדז, אין ישׂראל, וועט עס, חלילה, נישט דערגיין צו אַ בירגער־קריג, ווי אין סיריע אָדער לבֿנון. אָבער מע מוז אין זינען האָבן, אַז דווקא בײַ אונדז אין דער מדינה האָט מען געהרגעט אַ פּרעמיער.