פּונקט אַזוי ווי „דאַך” און „ציגל”, צוויי ווערטער וואָס נעמען זיך פֿון איין שורש כאָטש זיי האָבן אין גאַנצן אַנדערע פּנימער, אַזוי אויך בײַ „פֿאָדעם” און זײַנע שוועסטערקינדער.
וואָס אַ פֿאָדעם איז, ווייסט יעדער איינער. אויף דײַטשיש (Faden) און די אַנדערע לשונות פֿון דער גערמאַנישער משפּחה האָט דאָס וואָרט איין טײַטש, חוץ אויף ענגליש. דאָרטן איז דאָך דער סעמאַנטישער אַדעקוואַט thread, וואָס זײַן ייִדישער קאָגנאַט איז גאָר „דראָט”.
פֿון „פֿאָדעם” איז דער ענגלישער קאָגנאַט דווקא fathom, אַ מאָס פֿון לענג. דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, וואָרן אַ פֿאָדעם איז דאָך לאַנג און דין. די פּינקטלעכע מאָס איז זעקס פֿוס, לכתּחילה די לענג פֿון צוויי אָרעמס. בײַם הײַנטיקן טאָג מעסט מען דערמיט די טיפֿקייט פֿון וואַסער. ווײַל דאָס איז די לענג פֿון צוויי אָרעמס איז אויך דאָ אַ ווערב to fathom — טײַטש ׳אַרומנעמען; באַנעמען, פֿאַרשטיין׳. ווי ווײַט מע איז פֿאַרפֿאָרן פֿונעם ייִדישן „פֿאָדעם”!
נאָר דאָס איז נאָך גאָרנישט. דאָס וואָרט שטאַמט פֿון אַ שורש וואָס איז נישט טײַטש ‘לאַנג’, נאָר ׳פּלאַטשיק׳. ווערטער פֿון דעם שורש זענען דאָ אַ סך. אויף ענגליש, אַ שטייגער, איז דאָ patina ‘דינער שיכט’, ווי למשל, דער גרינער שיכט אויף דער פֿרײַהייט־סטאַטוע בײַם ניו־יאָרקער פּאָרט — קופּער־אָקסיד, אַ נאַטירלעכער רעזולטאַט פֿונעם קופּער וואָס דערפֿון איז געמאַכט די סטאַטוע אין איינעם מיטן זויערשטאָף אין דער לופֿט. אַגבֿ הייסט דער קופּער־אָקסיד אויף ענגליש verdigris — אַ לײַוואָרט פֿון אַלט־פֿראַנצייזיש — און אויף ייִדיש „גרינשפּאָן”, וואָס מע טרעפֿט בלע״ז סײַ אויסגעלייגט דײַטשמעריש Greenspan (דײַטשיש Grünspan), סײַ מער ייִדישלעך Greenspoon, וואָס צו קיין לעפֿל איז עס דאָך נישט שייך…
צוריק צום ענין: patina וואַקסט פֿונעם זעלביקן שורש וואָס „פֿאָדעם”, און איז קענטיק דער אָבֿ פֿונעם ייִדישן „פֿאַן”, אויף ענגליש pan און אויף דײַטשיש Pfanne. הייסט עס, אַז דער חילוק איז דאָס, וואָס „פֿאָדעם” מיט זײַנע נאָענטסטע קרובֿים וואַקסן גלײַך פֿון גערמאַניש, בשעת „פֿאַן” אד״גל זענען פֿריִע לײַווערטער פֿון לאַטײַניש. אַ סימן, אַז „פֿאָדעם” און fathom הייבן זיך אָן מיט פֿ/f, בשעת „פֿאַן”, pan און Pfanne — מיט פֿ/p/pf. דאָס ענגלישע pancake ‘לאַטקע’ דעקט זיך מיטן דײַטשישן Pfannkuchen ‘לאַטקע’ און מיטן ייִדישן „פֿאַנקוכן/פֿײַנקוכן” ‘פּרעזשעניצע’. אַז אויף ייִדיש איז דאָ דער וואַריאַנט מיט „פֿײַנ־“ דרינג איך, אַז „פֿאַן” איז כאָטש ערטערווײַז געווען אומבאַקאַנט, האָט מען עס פֿאַרביטן מיט אַ מער באַקאַנט וואָרט; ס’וואָלט נישט געווען קיין חידוש, ווען די סלאַוויש־שטאַמיקע „פּאַטעלניע” (פֿון פּויליש) און „סקאָווראָדע” (פֿון רוסיש) זענען מער פֿאַרשפּרייט ווי „פֿאַן”.
אַן אַנדער וואָרט פֿון דעם שורש איז, למשל, „פּאַטענט”. ווי אַזוי? פֿון דעם וואָרט איז דער תּחילתדיקער טײַטש ׳אָפֿן, זעעוודיק, קלאָר׳, און דער טײַטש איז נאָך דאָ אין ענגליש ביזן הײַנטיקן טאָג. „פּאַטענט” ׳המצאה׳ איז אַן אַנטוויקלונג פֿונעם לאַטײַנישן litterae patentēs ׳אָפֿענע בריוו׳, ווײַל אַ פּאַטענט איז קודם־כּל געווען דער בריוו וואָס דורך דעם גיט מען צו וויסן, אַז די און די המצאה געהערט צו דעם וואָס האָט זי אויסגעפֿונען און נישט צו קיין אַנדערן. אַ פֿאַן איז פּלאַטשיק און אָפֿן, לאָזט זיך אין גאַנצן זען, פּאַסט זיך דאָס וואָרט גוט אַרײַן אין דעם שורש.
חוץ patina אַליין איז אויך דאָ דער דימינוטיוו patella, וואָס דאָס איז דער וויסנשאַפֿלעכער טערמין פֿאַרן קניביינדל/קנידעקל/קנישיסעלע (אַלע טערמינען — בײַ סטוטשקאָוון), פֿאַרשטייט זיך, ווײַל דאָס איז כּמעט אַ פּלאַטשיקער ביין. נאָר וואָסער שײַכות האָט דאָס מיט ייִדיש? גאָר פּשוט: פֿון דעם וואַקסט דאָס וואָרט „פּאַטעלניע” ׳פֿאַן׳, אַ לײַוואָרט פֿון פּויליש, וואָס ס’איז אַלײן אַרײַן אין פּויליש פֿון לאַטײַן און וואָס איז צום פֿריסטן אויפֿגעוויזן אין פּויליש ווי patela; ערשט שפּעטער איז צוגעקומען דער nia-. און ס׳איז נישט קיין וווּנדער אויך — זעט ווי ענלעך ס׳איז אַ פֿאַן צו אַ קנידעקל. אַגבֿ, אויך דאָס שפּאַנישע paella — פֿריִער ‘פֿאַן’, הײַנט ‘מאכל פֿון פֿיש, הינדל און רײַז, געפּרעגלט אויף אַ פּאַטעלניע’ איז אַן אָפּשלאָג פֿון דעם שורש. צו דעם קען מען נאָך צורעכענען petal ‘קרוינבלעטל’, וואָס וואַקסט פֿונעם גרעקישן אָפּשלאָג פֿון דעם שורש.
ווערטלעך וואָס האָבן אַ שײַכות צו די דאָ אַרומגערעדטע ווערטער: „וווּהין די נאָדל, אַהין דער פֿאָדעם”; „קדחת מיט כּשרע פֿאָדעם” ‘גאָרנישט מיט נישט’; „דאָס עסן בלײַבט קוים קלעפּן אין דער פֿאַן” ‘נישטאָ גענוג’; „אַז דו הייסט מענדל/הענדל/גנענדל מעג מען עסן פֿון דײַן פֿענדל” ‘מע קען זיך פֿאַרלאָזן אויף דײַן כּשרות’; „אין אייוועלע קיין פֿענדעלע, אין שטײַגעלע קיין הענדעלע, אין בײַטעלע קיין רענדעלע” ‘אַ ביטערער דלות’. טשיקאַווע, וואָס דאָס ענגלישע hang by a thread איז גאָר אויף ייִדיש „הענגט אויף אַ האָר”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.