אַנטווערפּן, בעלגיע. — דעם 6סטן פֿעברואַר האָט די פֿרומע אויסגאַבע „כּיכּר השבת‟ איבערגעגעבן, אַז משה-אַריה פֿרידמאַן, אַ קאָנטראָווערסאַלער 40־יאָריקער חרדישער רבֿ, וועלכער איז אַמאָל געווען פֿאַרבונדן מיט דער אַנטי-ציוניסטישער גרופּע „נטורי-קרתּא‟, האָט פֿאַרלוירן דאָס רעכט צו שיקן זײַנע צוויי זין אין אַ פֿרומער שול פֿאַר מיידלעך.
אינעם יאָר 2006, האָט פֿרידמאַן זיך באַטייליקט אין דער סתּירותדיקער טעהעראַנער חורבן-קאָנפֿערענץ, וווּ ער האָט געמאָלדן, אַז „הגם ער לייקנט נישט אָפּ דעם ייִדישן חורבן‟, האַלט ער, אַז בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה זענען, „לויט די פֿרישע פֿאָרשונגען‟, אומגעקומען בלויז איין מיליאָן ייִדן, און אַז די ציפֿער פֿון זעקס מיליאָנען איז אַן אויסטראַכטעניש פֿון טעאָדאָר הערצל.
צוליב זײַנע אויסטערלישע דעות, האָט מען אַרויסגעוואָרפֿן פֿרידמאַנען פֿון דער ייִדישער קהילה אין עסטרײַך, וווּ ער האָט פֿריִער געוווינט, סײַ פֿון „נטורי-קרתּא‟. די פֿרומע שולן אין אַנטווערפּן, וווּ ער וווינט איצט, האָבן זיך אָפּגעזאָגט אָנצושליסן זײַנע צוויי קינדער.
פֿרידמאַן האָט געפּרוּווט צו לייזן זײַן סיטואַציע אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן, און געפֿאָדערט, דורך אַ געריכט, אָנצונעמען זײַנע זין אין אַ פֿרומער מיידל-שול און זײַנע טעכטער — אין דער געמישטער פֿרומער שול „יבֿנה‟. מיט אַ חודש פֿריִער, האָט די ריכטערין באַשלאָסן, אַז פֿרידמאַנס צוויי קליינע זין האָבן טאַקע אַזאַ רעכט, און געצוווּנגען די מיידל-שול „בנות-ירושלים‟ זיי אָנצונעמען. די זעלבע ריכטערין האָט אָבער שפּעטער געגאָזט, אַז זי קאָן נישט דערווײַל אָננעמען „אַ צײַטווײַליקן באַשלוס אין שײַכות מיט אַ שטענדיקער סיטואַציע‟ לגבי פֿרידמאַנס דרײַ טעכטער, פֿון 13 ביז 17 יאָר אַלט. לויט „כּיכּר-השבת‟, האָט די מיידל־שול זיך דערשלאָגן דורכן געריכט דאָס רעכט מער נישט אַרײַנצולאָזן פֿרידמאַנס זין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.