(ייִט״אַ). — במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז געשטיגן אויף 5% די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין בריטאַניע — דער דריט־העכסטער פּראָצענט פֿון אַנטיסעמיטישע אַקטן, וואָס מע האָט אַ מאָל רעקאָרדירט אין לאַנד.
דער זיכערהייט־אָפּטייל פֿון די בריטישע ייִדן, Community Security Trust, האָט דאָנערשטיק געמאָלדן, אַז מע האָט הײַיאָר אָנגעגעבן וועגן 640 אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַראַיאָרן, ווען מע האָט פֿאַרצייכנט 608 אינצידענטן.
בערך 100 פֿון די אינצידענטן האָט מען איבערגעגעבן דורך אַ נײַער פּראָגראַם, בשותּפֿות מיט דער „מעטראָפּאָליטאַן‟ פּאָליציי־דינסט — די פּאָליציי־כּוחות פֿון לאָנדאָן און אומגעגנט. לויט דער נײַער פּראָגראַם, איז געשטיגן די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין לאָנדאָן אויף 55%. ווען נישט די איצטיקע אינפֿאָרמאַציע פֿון דער פּאָליציי, וואָלט אויסגעזען, ווי ס׳איז הײַיאָר דווקא געפֿאַלן די צאָל אינצידענטן אויף 11%.
60 פֿון די אינצידענטן זענען קלאַסיפֿיצירט געוואָרן ווי „ברוטאַלע אַנטיסעמיטישע אַטאַקן‟, אָבער ס׳רובֿ פֿון די אַקטן זענען באַשטאַנען פֿון אויסזידלונגען און גראַפֿיטי. אַ סך פֿונעם אַנטיסעמיטיזם האָט זיך אויך באַוויזן אין די עלעקטראָנישע סאָציאַלע נעצן.
„הגם די סטאַטיסטיק ווײַזט אונדז, אַז מענטשן זענען הײַנט מער גרייט ווי פֿריִער צו מעלדן וועגן אַזאַ אינפֿאָרמאַציע, איז עס אַ בולטע דערמאָנונג, אַז אַנטיסעמיטיזם לעבט אין אונדזער געזעלשאַפֿט,‟ האָט דערקלערט דער בריטישער געזעץ־געבער, עריק פּיקלס, וועלכער דינט ווי דער מלוכה־סעקרעטאַר פֿון די אָרטיקע רעגירונגען. „מיר זענען צופֿרידן, וואָס די ייִדישע קהילה איז איצט מער גענייגט צו לאָזן וויסן דער פּאָליציי און דער Community Security Trust וועגן די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, ווײַל דאָס מאַכט גרינגער אָפּצושאַצן דעם פֿאַרנעם פֿון דער פּראָבלעם, און צו באַשליסן וואָסערע מיטלען מע זאָל אָננעמען דאָס צו באַקעמפֿן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.