ווי ס׳איז באַקאַנט, איז ייִדיש אַן אינדאָ-אייראָפּעיִשע שפּראַך, אַזוי ווי רוסיש און ענגליש, מיט אַ שטאַרקן סעמיטישן — לשון-קודשדיקן און אַראַמישן עלעמענט. ווען מע לייענט לומדישע בריוו פֿון רבנים אָדער ווען מע הערט אַ שׂיחה פֿון אַ חסידישן רבין, מאַכט זיך אַמאָל אַן אײַנדרוק, אַז אינעם פֿאַל פֿון ייִדיש ווערט די גרענעץ צווישן די שפּראַכן-משפּחות צעשווענקט. עס זענען פֿאַראַן אַזעלכע ייִדישע טעקסטן, וואָס באַשטייען כּמעט אינגאַנצן פֿון לשון-קודשדיקע און תּלמודישע ווערטער, ווי אויך גאַנצע אויסדרוקן מיט אַ סעמיטישער גראַמאַטיק, אויסגעמישט מיט גערמאַנישע הילפֿס-ווערבן, אַרטיקלען און פּרעפּאָזיציעס.
צוליב אַזאַ הויכער מדרגה פֿון אויסמיש צווישן צוויי באַזונדערע שפּראַך-משפּחות, שטעלט ייִדיש מיט זיך פֿאָר זייער אַן אוניקאַלן פֿענאָמען. ווען מע פֿאַרטיפֿט זיך אין דער חכמת־העטימאָלאָגיע, געפֿינען מיר אינטערעסאַנטע פֿאַלן פֿונעם דאָזיקן צונויפֿשמעלץ, וועלכע ליגן נישט אויפֿן אויבערפֿלאַך. לאָמיר נעמען, למשל, אַזאַ פֿראַזע פֿון עפּעס אַ פּורימדיקער שיכּורער דבֿר-תּורה: „פּורים איז מען גונז, על-פּי פּרד״ס, אַן אתרוג מיט אַ לימענע אין אַ טשעמאָדאַן, ברענגט מען עס אויף אַ באַזאַר אָדער אין אַ קיאָסק, וווּ די מהנדסים דוכענען די אושפּיזין און לייענען דעם פּתשגן-הדת‟. לכאורה, זעט עס אויס ווי אַ גוטער, הגם אַן אומזיניקער, לומדישער ייִדיש, אָנגעפֿילט מיט סעמיטיש-שטאַמיקע ווערטער. היסטאָריש גערעדט, באַשטייט די דאָזיקע פֿראַזע דורכאויס פֿון פּערסישע ווערטער.
אַ טייל פֿון זיי, אַזעלכע ווי „דת‟, „פּורים‟ און „פּתשגן‟, געפֿינען זיך שוין אין דער מגילת־אסתּר; „דוכן‟, „גניזה‟, „אושפּיזין‟, „מהנדס‟, „אתרוג‟ און „פּרדס‟ טרעפֿן מיר אין די טעקסטן פֿון דער תּלמודישער תּקופֿה; און דער „טשעמאָדאַן‟, „באַזאַר‟, „קיאָסק‟ מיט דער „לימענע‟ זענען אַרײַן אין דער שפּעטערדיקער צײַט.
דער אוראַלטער פּערסיש, אויף וועלכן עס האָבן גערעדט מרדכי און אסתּר, איז אָבער געווען גאָר אַן אַנדער לשון, אין פֿאַרגלײַך מיט דער מאָדערנער שפּראַך פֿון איראַן און טאַדזשיקיסטאַן. אַ הײַנטיקער איראַנער קען נישט פֿאַרשטיין אַלטע טעקסטן פֿון דער פֿאַראיסלאַמישע תּקופֿה, און אַן אַמאָליקער פּערס פֿון אָנדערהאַלבן טויזנט יאָר צוריק וואָלט באַמערקט, אַז די שפּראַך פֿון זײַנע ווײַט-צוקונפֿטיקע אייניקלעך איז אָנגעפֿילט מיט סעמיטישע עלעמענטן, וואָס שטאַמען, אין דעם פֿאַל, פֿון אַראַביש.
דער שפּראַך-אויסמיש האָט זיך אַנטוויקלט אין ביידע פֿאַלן אין מער-ווייניקער דעם זעלבן פּעריאָד, און צוליב ענלעכע סיבות. צוליב דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון איסלאַם, האָבן די פּערסן אָנגענומען דעם אַראַבישן אַלף-בית, מיט געוויסע מאָדיפֿיקאַציעס, אינעם 9טן יאָרהונדערט. דער קלאַסישער קאָראַנישער אַראַביש איז געוואָרן זייער לשון-קודש — די שפּראַך פֿון רעליגיע און למדנות. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז פֿון דער זעלבער תּקופֿה שטאַמען אויך די ערשטע ייִדיש-פּערסישע טעקסטן, פֿאַרשריבן אויף פּערסיש מיטן ייִדישן אלף-בית.
די אַשכּנזישע ייִדן האָבן שוין גערעדט אויף גערמאַנישע דיאַלעקטן אינעם 10טן יאָרהונדערט, מסתּמא נאָך פֿריִער. דער עלטסטער באַקאַנטער טעקסט אויף ייִדיש, פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, באַשטייט אויף אַ פֿערטל פֿון לשון-קודשדיקע ווערטער. עס זענען אָפּגעהיט געוואָרן מוסטערן פֿון פּערסישער מוסולמענישער פּאָעזיע, אָנגעשריבן אינעם 14טן יאָרהונדערט, וווּ אַראַבישע ווערטער טרעפֿן זיך בערך מיט דער זעלבער פֿרעקווענץ.
ביידע שפּראַכן, ייִדיש און פּערסיש, דינען ווי אַן אינטערפּרעטאַציע-מיטל — „טײַטש‟ — פֿאַר אַ גײַסטיקער קולטור מיט סעמיטישע שרשים. די ספּעציפֿישע סעמיטישע פֿאָנעטיק — אַזעלכע חילוקים, ווי צווישן „חית‟ און „כף‟, „סמך‟, „שׂין‟ און „תוו‟, „אַלף‟ און „עין‟, „וואָוו און בֿית‟, „טית‟ און „תּוו‟, זענען אָבער בטל געוואָרן אין ביידע שפּראַכן.
דער אויסלייג פֿון אַראַביש-שטאַמיקע ווערטער אין פּערסיש איז געבליבן דער זעלבער, ווי אין אַראַביש, ווײַל ס׳איז דאָך אַ הייליקע טראַדיציע, אָבער קלינגען קלינגען זיי גאַנץ אַנדערש, לויטן אינדאָ־אייראָפּעיִשן שטייגער. צום בײַשפּיל, האָט דאָס וואָרט „טעם‟ („طعم‟) אויף פּערסיש דעם זעלבן באַדײַט, און קלינגט אָן די ספּעציפֿישע סעמיטישע קלאַנגען „טית‟ און „עין‟, וועלכער זענען אָפּגעהיט געוואָרן בײַ די אַראַבער און תּימנער ייִדן. פֿון דער אַנדערער זײַטן, זענען אין פּערסיש פֿאַראַן אַזעלכע קלאַנגען ווי „זש‟ און „טש‟, וועלכע ווערט באַצייכנט מיט ספּעציעלע נקודות, ווײַל אינעם אָריגינעלן אַראַבישן אַלףְ־בית זענען זיי נישטאָ.
אַ ייִדיש-רעדער קאָן, אַפּנים, גענוג גרינג טרעפֿן, אַז „באַראַקאַט ע-באַראַדאַר‟ („برکت برادر‟) מיינט אויף פּערסיש „אַ ברכה פֿון אַ ברודער‟. צוליב דעם ענלעכן שפּראַך-געשמעלץ, זענען אין ביידע שפּראַכן אויפֿגעקומען זייער ענלעכע סטרוקטורן. אַ טייל העברעיִש-שטאַמיקע ווערבן נעמען אָן די אינדאָ־אייראָפּעיִשע קאָניוגאַציע — למשל, „חתמענען‟ און „ירשענען‟. אַ סך אַנדערע ווערן אָבער באַנוצט מיט דער הילף פֿון אַ הילפֿס-ווערב: „מסכּים זײַן‟, „נעלם ווערן‟, „תּשובֿה טאָן‟. פּונקט די זעלבע מעשׂה איז אויף פּערסיש.
אַ טייל העברעיִש-שטאַמיקע ווערטער ווערן באַנוצט אויף ייִדיש אויף אַ חידושדיקן שטייגער, וואָס שטימט נישט מיטן דיקדוק פֿון לשון-קודש. למשל, „שבתים‟, „יום-טובֿים‟ און „מחלוקתן‟. להיפּוך, ווערט אין זעלטענע פֿאַלן אַ לשון-קודשדיקער עלעמענט צוגעבונדן צו אַ גערמאַנישן שורש: „נאַראָנים‟, „דאָקטוירים‟, „פּויערים‟. מיט אַ טייל אַראַביש-שטאַמיקע ווערטער באַקומט זיך אין פּערסיש די זעלבע זאַך.
אַן אַנדער וויכטיקע ענלעכקייט האָט צו טאָן מיט קולטור. עס זענען פֿאַראַן אַ סך ענלעכקייטן צווישן איסלאַם און ייִדישקייט, וואָס שײַך הויפּט-קאָנצעפּציעס, טערמינאָלאָגיע און פּראַקטישע הנהגות. ביידע רעליגיעס שטעלן אַ גרויסן אַקצענט אויפֿן געשריבענעם וואָרט פֿון אַ הייליקן כּתבֿ און אַ הייליקער שפּראַך. פֿאַר קיינעם איז נישט קיין סוד, אַז ייִדיש און פּערסיש זענען אומגאַנג-שפּראַכן, רעזולטאַטן פֿון אַ לאַנגן און קאָמפּליצירטן קולטור-סינטעז. און פֿאָרט, איז ייִדיש געוואָרן פֿאַרהייליקט בײַ די חסידים, און פּערסיש — בײַ די איראַנישע מוסולמענישע מיסטיקער, צוליב דעם היימישן טעם פֿונעם גערעדטן מאַמע-לשון.
די אינערלעכע צוויי-שפּראַכיקייט האָט אַרויסגערופֿן ענלעכע פּראָצעסן אויף דער ייִדישער גאַס און אין איראַן. ווען מע פֿאַרגלײַכט אַ וועלטלעך בונדיסטיש אָדער סאָוועטיש בוך אויף ייִדיש וועגן מאַטעמאַטיק, און אַ הײַנטיקע צײַטונג פֿון די סאַטמאַרער חסידים, זעט מען, אַז אין די חסידישע אויסגאַבעס טרעפֿן זיך אַ סך מער לשון-קודשדיקע אויסדרוקן. טראַדיציאָנעל־מוסולמענישע אויסגאַבעס אין איראַן זענען אויך אָפֿט פֿול מיט קאָליריקע מליצה-אויסדרוקן פֿונעם אַלטן קלאַסישן אַראַביש, ווײַל די וועלטלעכע נאַציאָנאַליסטישע טוער מײַדן זיי בכּיוון אויס.
צוליב דער געאָגראַפֿישער דיסטאַנץ, ווי אויך צוליב אומאָנגענעמע פּאָליטישע סיכסוכים, זענען הײַנט אין דער וועלט גאָר ווייניק מענטשן, וועלכע קענען אי ייִדיש, אי פּערסיש. ס׳רובֿ פֿון זיי שטאַמען, מסתּמא, פֿון די סאָוועטישע צענטראַל-אַזיאַטישע רעפּובליקן, וווּ די אָרטיקע ייִדן האָבן גערעדט, און אַ טייל רעדן נאָך הײַנט, אויף אַ דיאַלעקט פֿון פּערסיש. די טעמע פֿאָדערט אָבער אַ ווײַטערדיקע פֿאָרשונג, ווײַל די דערמאָנטע ענלעכקייטן קאָנען העלפֿן צו פֿאַרשטיין בעסער די קולטורעלע און לינגוויסטישע פּראָצעסן, וועלכע האָבן פֿאַרלייגט די יסודות פֿון ביידע שפּראַכן.
רייזעלע יוניס קען פֿליסיק פּערסיש און ייִדיש, האָט געוווינט אין איראַן, און איז אַקטיוו באַטייליקט אין דער פּאַריזער ייִדיש-סבֿיבֿה
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.