איך האָב פֿאַרלאָזט רוסלאַנד מיט אַריבער איין און צוואַנציק יאָר צוריק און פֿון דעמאָלט אָן געפֿין איך זיך אין אַ שטענדיקן באַריר מיט ייִדישיסטישע קרײַזן. זיך אַליין האַלט איך ניט פֿאַר קיין ייִדישיסט אין דעם באַגריף פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ וכ׳. די תּקופֿה פֿון יענעם ייִדישיזם, וואָס האָט תּמיד געטראָגן אין זיך אַ היפּשן חלק אוטאָפּיזם, האָט זיך פֿאַרענדיקט. הײַנט-צו-טאָג מוז מען פֿאַר ייִדיש געפֿינען אַ נײַעם raison d’etre. און דווקא אין גאַנצן אַ נײַעם. לײַדער, באַשעפֿטיקט זיך קיינער ניט מיט אַזאַ פּראָגראַם. מע האַלט אין איין נאָסטאַלגירן (לידער שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פֿאָרעם פֿון נאָסטאַלגיע) און מע רעדט (איך טו עס אויך) וועגן שולדיקע אין דעם דראַמאַטישן אונטערגאַנג פֿון די קרײַזן, וואָס האָבן זיך געשפּײַזט מיט קולטור אויף ייִדיש — דאָס איז כּמעט די איינציקע זאַכן, וואָס מע טוט. און מע לייגט זיך פֿייגעלעך אין בוזעם.
וועגן איין “פֿייגעלע אין בוזעם” האָב איך צום ערשטן מאָל דערהערט אין 1990 צי 1991. און פֿון דעמאָלט אָן בלײַבט ניט דער בוזעם ליידיק, ווײַל מע הערט ניט אויף צו טענהן, אַז די ייִדישע קולטור וועט אָט-אָט באַרײַכערט ווערן דורך די געוועזענע חרדים. פֿון זייער סבֿיבֿה וועט אָט-אָט אַרויסגיין אַ נײַער דור שרײַבער און, בכלל, קולטור-טוער. די לאָגיק הינטער אָט דער, ממש משיחישער דערוואַרטונג, קען אויסזען ווי אַן אײַזערנע: אייניקע מענטשן, וואָס זײַנען אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אויף ייִדיש, פֿאַרלאָזן די פֿרומע קרײַזן, אַזוי אַז אייניקע פֿון זיי וועלן, בלי-ספֿק (!), זיך אַרײַנגיסן אין דער ייִדישער קולטור-וועלט.
דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס מע הערט ניט אויף צו רעדן וועגן דעם; גלײַך ווי אַ גלאָז טיי קען ווערן זיס אָן צוקער, נאָר פֿון כּסדרדיקן איבערחזרן “ווער זיס”. דערווײַל, אָבער, זעט מען דאָך ניט קיין סימנים, אַז די געוועזענע חרדים זאָלן אָנהייבן שפּילן עפּעס אַ ראָלע. סײַדן דאָ און דאָרטן באַווײַזן זיך עטלעכע חסידים-”דיסידענטן”, וואָס לייענען שטילערהייט וועלטלעכע טעקסטן און שרײַבן וועגן דעם ערגעץ אין אינטערנעץ. אפֿשר האָב איך פֿאַרזען אַ נײַעם נאָמען אויף דער לאַנדשאַפֿט פֿון ייִדישער קולטור? כ׳מיין, אַז ניט, און דאָס איז אין גאַנצן געזעצמעסיק.
געזעצמעסיק איז עס, ווײַל מע טאָר ניט דורכפֿירן קיין פּאַראַלעלן מיט די געשעענישן פֿון 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. יעדן איינעם, וואָס קען די געשיכטע, איז קלאָר, אַז קיין פּאַראַלעלן זײַנען פּשוט ניטאָ. אַדרבא, זײַנען דאָ נאָר קאָנטראַסטן. דעמאָלט פֿלעגט אַ יונגער מענטש פֿאַרלאָזן די טראַדיציאָנעלע סבֿיבֿה און, בדרך-כּלל, געפֿינען פֿאַר זיך אַ וועלטלעכע ייִדיש-רעדנדיקע סבֿיבֿה. אַזאַ יונגער מענטש, אַ בחור צי אַ יונגע פֿרוי, האָט געקענט ווערן אַ מיטגליד פֿון אַ ייִדישער פּאָליטישער גרופּירונג, פֿון אַ יוניאָן, פֿון אַן “אַרבעטער-רינג” וכ׳. ער צי זי האָט געקענט זיך באַטייליקן אין כּלערליי קולטור-אונטערנעמונגען. מיט איין וואָרט, האָבן די מענטשן ווײַטער געלעבט אין אַ ייִדיש-רעדנדיקער וועלט.
איז אַזאַ זאַך מעגלעך הײַנט? כּמעט אויסגעשלאָסן. אַלץ, וואָס איך האָב איבערגערעכנט, אַרבעט הײַנטיקע טעג אויף ענגליש, אויב מיר רעדן, למשל, וועגן אַמעריקע, צי אויף אַנדערע לשונות אין אַנדערע לענדער. טאָ ווי אַזוי וועט אַן אַנטלאָפֿענעם חסיד צי ליטוואַק אַפֿילו אײַנפֿאַלן צו באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדיש? בפֿרט נאָך, אַז פֿאַר אַזאַ אַנטלאָפֿענעם איז ייִדיש אַ זאַך פֿונעם לעבן, וואָס ער האָט געהאַט אָפּגעוואָרפֿן; בעת פֿריִער — מיט אַ יאָרהונדערט צוריק — איז ייִדיש געווען די שפּראַך סײַ פֿון “אַמאָל” און סײַ פֿון “הײַנט”.
וועט עמעצער זאָגן, און זאָגט שוין: מילא, קיין שרײַבער קומען ניט פֿון יענער סבֿיבֿה. אָבער זיי, לכל-הפּחות אייניקע פֿון זיי, לייענען די וועלטלעכע אויסגאַבעס, וואָס באַווײַזן זיך אין אינטערנעץ. מײַן ענטפֿער אויף דעם איז אַזאַ: איך גלייב ניט. און איך וועל ניט גלייבן, כּל-זמן עפּעס אַ סטאַטיסטיק וועט ניט ווײַזן, אַז איך בין ניט גערעכט. קודם-כּל, איז די צאָל פֿון אַזעלכע “אַרײַנקוקער אין דער וועלטלעכקייט” זייער אַ קליינע. און די, וואָס קוקן יאָ אַרײַן, קענען פֿאַרשטיין זייער ווייניק אין די וועלטלעכע קולטור-ענינים, ווײַל זיי קומען פֿון אַ וועלט, וווּ מע האָט ניט גערעדט וועגן שלום-עליכמען און שלום אַשן, דוד בערגעלסאָנען און יוסף אָפּאַטאָשון. בכלל, אַ ריזיקע מחיצה טיילט אָפּ זייער וועלט פֿון אונדזער וועלט. דאָס הייסט בשום-אופֿן ניט, טעאָרעטיש, אַז זיי וועלן די דאָזיקע מחיצה קענען בײַקומען. אָבער — פּראַקטיש — וואָלט איך געוואָלט זען, וויפֿל מענטשן האָבן עס געטאָן אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר.
אגבֿ, באַקומען מיר לעצטנס אַלץ מער נײַעס וועגן גרויסע אַסיפֿות, מיט צענדליקער טויזנטער אָנטיילנעמער, דורכגעפֿירט אין ישׂראל, ענגלאַנד און אַמעריקע, אויף וועלכע די חרדים האָבן גערעדט וועגן אינטערנעץ; ווי אַזוי צו “פֿאַרטיידיקן זיך” פֿון דער געפֿערלעכער השפּעה פֿון די עלעקטראָנישע רחבֿותן, צו “פֿאַרכּשרן” זיי. איך בין גאָר ניט זיכער, צי — אַ שטייגער — דער עלעקטראָנישער “פֿאָרווערטס” וועט קלאַסיפֿיצירט ווערן ווי אַ כּשר מאכל.
דאָס לייגן זיך פֿייגעלעך אין בוזעם אַרײַן איז ניט נאָר אומפּראַקטיש, אָבער אויך — אין אַ געוויסן זין — געפֿערלעך. יעדע אוטאָפּיע פֿאָדערט פֿאַר איר “רעאַליזאַציע” געלטער און באַמיִונגען, וועלכע מען וואָלט געקאָנט אינוועסטירן אין מער רעאַליסטישע פּראָיעקטן. אַן אוטאָפּיע ווירקט אויך ווי אַ מין נאַרקאָטיק: גלייב אין איר און טראַכט אַפֿילו ניט וועגן אַנדערע אופֿנים פֿון לייזן די פּראָבלעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.