דאָס לעבן האָט מיך אויסגעלערנט, אַז מע דאַרף זיך האַלטן וואָס ווײַטער פֿון די מענטשן, וואָס קענען ניט קוקן אויף זיך אַליין מיט איראָניע. אין בעסטן פֿאַל, זײַנען זיי פּשוט נודניקעס. אין תּוך אַרײַן, געפֿינט מען צווישן זיי וווילע לײַט, גוטע פֿרײַנד, אָבער מע טאָר זיי ניט צולאָזן צום קאָמאַנדעווען, צום לייזן דעם גורל פֿון אַן עולם. עפּעס אַ חלק פֿון זיי קענען ווערן ממש געפֿערלעך, בפֿרט אויב זיי רײַסן זיך אַדורך אין פּאָליטיק אָדער געפֿינען זיך בײַם רודער פֿון עפּעס אַן אינסטיטוציע, וואָס האָט די מאַכט צו מאַניפּולירן מיט מענטשן. הקיצור, איך בין זיכער, אַז מע דאַרף היטן די ביינער, אויב מע זעט נאָר אַ יחיד מיט אַ שליחות, אָבער אָן אַ געפֿיל פֿון זעלבסט-איראָניע.
אויף אַזאַ מענטשן שנײַדט זיך דער מחבר פֿונעם בוך Безнадежные войны (“פֿאַרפֿאַלענע מלחמות”, אָדער “מלחמות אבודות”, ווי ס׳איז תּחילת אַרויס אויף העברעיִש), וואָס איך האָב נאָר וואָס איבערגעלייענט. די רייד גייט וועגן יעקבֿ קדמי, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין 1947 אין מאָסקווע און איז דעמאָלט געווען באַקאַנט בײַם נאָמען יאַשאַ קאַזאַקאָוו. קיין ברעקל ייִדישע קולטור האָט ער פֿון זײַן משפּחה ניט באַקומען, אָבער ציוניסטישע אידעען, מיט וועלכע ער האָט זיך צופֿעליק באַקאַנט, האָבן אים פֿאַרכאַפּט און ער האָט אָנגעהויבן צו קעמפֿן, מע זאָל אים אַרויסלאָזן פֿון לאַנד. אין אַ צײַט אַרום האָבן די סאָוועטישע “פּסיכאָלאָגן” פֿון דעם “קיי-דזשי-בי” אַ פּנים פֿאַרשטאַנען, אַז פֿון אַזאַ יאַט דאַרף מען וואָס גיכער פּטור ווערן, און אין 1969 איז ער אַוועקגעפֿאָרן. ווי קדמי (אַזאַ נאָמען האָט ער פֿאַר זיך אויסגעקליבן שפּעטער) שרײַבט, איז ער געוואָרן דער ערשטער מאָסקווער תּושבֿ, וואָס האָט באַקומען אַזאַ דערלויבעניש.
מיר דאַכט זיך, אַז דאָ טרײַבט דער מחבר איבער. און דאָס קומט פֿאָר ניט איין מאָל אין זײַן בוך. ער שרײַבט, אַ שטייגער, אַז אין משך פֿון צוויי יאָר, וואָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין ווין, האָט ער, ווי אַן ישׂראלדיקער פֿאָרשטייער, געהאַט “ביז גאָר פּרטימדיקע שמועסן מיט צענדליקער טויזנטער” סאָוועטישע עמיגראַנטן. נעמט אַ שטיקל פּאַפּיר און פּרוּווט אונטערציילן, צי אַ בשׂר-ודם איז בכּוח עס צו טאָן. בײַ מיר באַקומט זיך בשום-אופֿן ניט אַפֿילו קיין צען טויזנט.
קדמי האָט געדינט אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי, העראָיִש געדינט, אָבער זײַן הויפּט-אַרבעט איז געוואָרן פֿאַרבונדן מיט דער אָרגאַניזאַציע “נתּיבֿ” (“שטעג”), וואָס איז באַקאַנט ווי “לשכת הקשר”. צום סוף פֿון זײַן לאַנג־יאָריקער קאַריערע דאָרטן האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער גאַנצער אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט זינט אָנהייב 1950ער יאָרן זיך בשתּיקה באַשעפֿטיקט מיט ברענגען ייִדן פֿון מיזרח-אייראָפּע, בפֿרט פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
אַ סך זאַכן, וועגן וועלכע עס שרײַבן יעקבֿ קדמי, זײַנען אינטערעסאַנט. איך בין אין גאַנצן מסכּים מיט אים, אַז די אידעע פֿון “ראַטעווען” סאָוועטישע ייִדן איז געווען אַ פּראָפּאַגאַנדיסטישע און אַז ס´רובֿ ייִדן האָבן געוואָלט אַוועקפֿאָרן ניט צוליב זייער הייסער ייִדישקייט און ניט צוליב אַנטיסעמיטיזם, נאָר ווײַל זיי האָבן, ווי ייִדן, געהאַט אַ מעגלעכקייט זיך אַרויסצורײַסן פֿון דער סאָוועטישער סיסטעם. איך בין תּמיד געווען זיכער, אַז ווען מײַן ווײַב און איך האָבן אין אָקטאָבער 1979 אָנגעגעבן די פּאַפּירן אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל, האָט מען אונדז, און טויזנטער אַזעלכער ווי מיר, ניט אַרויסגעלאָזט צוליב דעם אָנהייב פֿון דער מלחמה אין אַפּגאַניסטאַן. קדמי אָבער האַלט, און ער דערווײַזט עס זייער לאָגיש, אַז דאָס איז געווען, דער עיקר, אַ צונויפֿפֿאַל. די סאָוועטישע רעגירונג האָט סײַ ווי סײַ באַשלאָסן אָפּצושטעלן די מאַסן-עמיגראַציע פֿון ייִדן.
ס´איז אַ גרויס בוך, אָנגעזעטיקט מיט כּלערליי אינפֿאָרמאַציע, נעמען און געשעענישן, וואָס זײַנען אָפֿט מאָל באַשריבן מיט אַזעלכע פּרטים, וועלכע פֿאַרפּלאָנטערן דעם לייענער. גלײַכצײַטיק קען מען רעדן וועגן דער אינפֿאָרמאַציע, וואָס מע געפֿינט דאָרטן ניט. איך מיין דאָ ניט די געוויסע “סענסיטיווע” זאַכן, וועלכע קדמי האָט, בלי-ספֿק, ניט געקענט אַנטפּלעקן. דאָס איז דווקא גרינג צו פֿאַרשטיין, ווען די מעשׂה דרייט זיך אַרום אַזאַ אָרגאַניזאַציע ווי “נתּיבֿ”, וואָס האָט געפֿירט איר טעטיקייט בסוד, אונטער פֿאַרשיידענע מאַסקעס. איך מיין אַן אַנדער בלויז: קדמי דערמאָנט כּמעט ניט קיין אַקטיוויסטן, וועלכע האָבן זיך באַשעפֿטיקן מיט ייִדישער טעטיקייט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
דער דאָזיקער בלויז איז גאָר ניט קיין צופֿעליקער ניט נאָר, ווײַל קדמי ווײַזט ניט אַרויס קיין שום אינטערעס צו אַ וועלכע עס זאָל ניט זײַן קולטור-ענינים. אים האָט פּשט ניט אינטערעסירט קיינער און גאָרנישט, וואָס האָט געקענט אַזוי אָדער אַנדערש קאָנקורירן מיט דעם שליחות פֿון אַרויספֿירן סאָוועטישע ייִדן קיין ישׂראל. ער שרײַבט: “מיר האָבן געגעבן שטיצע, ווען ייִדן האָבן זיך אָרגאַניזירט, צו מאָל איניציִיִרנדיק אַזאַ זעלבסט-אָרגאַניזאַציע. די טעטיקייט פֿון די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס איז ניט תּמיד אין גאַנצן צונויפֿגעפֿאַלן מיט אונדזערע צילן. מיר האָבן געוואָלט, אַז יעדע ייִדישע טעטיקייט זאָל געפֿירט ווערן ווי אַ מיטאַרבעט מיט מלוכה-סטרוקטורן פֿון מדינת-ישׂראל.”
די סאַמע “דעליקאַטע” טעמע, וואָס ווערט באַרירט אין קדמיס זכרונות, איז פֿאַרבונדן מיט זײַן ראָלע אין אָפּצושנײַדן פֿאַר טויזנטער ייִדישע עמיגראַנטן די וועגן, וועלכע האָבן געפֿירט צום באַזעצן זיך מחוץ ישׂראל. קדמי שרײַבן גאַנץ אָפֿן, אַז ער האָט געקוקט אויף דער עמיגראַנטישער מאַסע ווי אויף אַ סטאַדע, בפֿרט נאָך, אַז די סאָוועטישע דערפֿאַרונג האָט בײַ דעם עולם אַנטוויקלט די סטאַדע-געפֿילן. ער שרײַבט, אָבער, ניט וועגן דעם, אַז ער – אַליין אַ געוועזענער סאָוועטישער בירגער – האָט אויך געטראָגן אין זיך נאָך אַן ערגערע דערפֿאַרונג, דהײַנו: די באַציִונג צו מענטשן ווי צו אַ סטאַדע. מיט אַזאַ געפֿיל האָב איך פֿאַרמאַכט דאָס דאָזיקע בוך.
ס´איז בכלל אַ טרויעריקער סך-הכּל פֿון אַ קאַריערע. קדמיס באַשרײַבונג פֿון דעם ישׂראלדיקן מלוכה-אַפּאַראַט, פֿון די מענטשן וואָס האָבן אים באַפֿעלקערט, איז בדרך-כּלל פֿול מיט גאַל. מע פֿילט, אַז ער האָט כּמעט אויף אַלעמען געקוקט – און קוקט – פֿון אויב אַראָפּ. ניט איין מאָל שרײַבט ער, ווי ער האָט אויף אַזאַ און אַזאַ מענטשן “אַ קוק געטאָן מיט אַ בײַסיקן שמייכל”. ס´איז אַ בוך פֿון אַן אַנטוישטן מענטש. אָבער ס´איז ניט אין גאַנצן קלאָר, צי זײַן אַנטוישונג שטאַמט פֿון דעם וואָס ער פֿאַרשטייט זײַנע פֿעלערן, אָדער ער איז אַנטוישט, ווײַל מע האָט זײַן עבֿודת-פּרך ניט אָפּגעשאַצט אַזוי, ווי ער וואָלט עס געוואָלט. אָדער אפֿשר פֿון ביידע זאַכן צוזאַמען?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.