אין רוסלאַנד איז ווידער אַ מאָל פֿריילעך געוואָרן אַרום דעם נאָמען „סטאַלין”. אמת, אין גאַנצן «אומעטיק» איז דער דאָזיקער ענין קיין מאָל ניט געווען. אָבער די דאַטע פֿון 70 יאָר זינט דעם סוף פֿון דער סטאַלינגראַדער באַטאַליע, דעם 3טן פֿעברואַר 1943, האָט עס ווידער געשטעלט אין שפּיץ פֿון דעם הײַנטיקן סדר-היום. ווידער אַ מאָל הערט מען, אַז עפּעס אַ חלק — נאָענט צו אַ פֿערטל — פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג וואָלט געוואָלט, אַז די רעגירונג זאָל אומקערן דער שטאָט, וואָס הייסט זינט 1961 וואָלגאָגראַד, איר „היסטאָרישן נאָמען” — סטאַלינגראַד, וואָס מיינט, די שטאָט פֿון סטאַלינען.
בינו-לבינו, דערנענטערט זיך נאָך איין דאַטע — 60 יאָר זינט סטאַלינס טויט. געשען איז עס פּורים-צײַט, דעם 5טן מאַרץ 1953. סטאַליניסטן גרייטן זיך אָפּצומערקן דעם דאָזיקן, טראַגישן פֿאַר זיי, טאָג. ווער זײַנען זיי, די סטאַליניסטן? איך האָב קיין מאָל ניט געזען, אַז עמעצער זאָל שאַפֿן אַ פֿאַרלאָזלעכן פּאָרטרעט פֿון אַזעלכע לײַט. אָבער עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז עס דאָמינירן צווישן זיי קינדער און אייניקלעך פֿון דעם טייל פֿונעם פֿאָלק, וואָס האָט ניט שלעכט אָפּגעשניטן אין די סטאַלינישע צײַטן. אָדער פּינקטלעכער — די דאָזיקע קינדער און אייניקלעך גלייבן, אַז דאָס לעבן איז דעמאָלט געווען גוט און יושרדיק אָרגאַניזירט.
עפּעס לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל, אַז קינדער און אייניקלעך פֿון די קרבנות פֿון סטאַליניזם זאָלן מאַסנווײַז ווערן געטרײַ דעם מערדער. אַן אַנדער זאַך איז, אַז די מערדער האָבן געהאַט אַ בעסערן שאַנס צו ברענגען אויף דער וועלט און אויפֿהאָדעווען קינדער. און אַז מע רעדט שוין וועגן די יובילעען, לייג איך פֿאָר זיך ווענדן צו די געשעענישן מיט 75 יאָר צוריק. כ׳טו עס דורך אַ ייִדישער פּריזמע.
ווען מע בלעטערט חיים ביידערס „לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן-פֿאַרבאַנד”, וואַרפֿט זיך אין די אויגן דאָס יאָר 1937. אין דעם בלוטיקן יאָר האָט זיך איבערגעריסן דער לעבנסוועג פֿון אַ היפּשער צאָל סאָוועטיש־ייִדישע קולטור־טוער. דאָס יאָר 1937 האָט בכלל איבערגעלאָזט אַ שרעקלעכן שפּור אין דער סאָוועטישער געשיכטע — דאָס יאָר פֿון „גרויסע רייניקונגען”. די רשימה פֿון די „אויסגערייניקטע” איז אַ לאַנגע. מיר ווייסן נאָך אַלץ גאָר ווייניק פּרטים וועגן זייערע אַרעסטן, אויסגעטראַכטע באַשולדיקונגען וכ׳.
איצט, אין 75 יאָר אַרום נאָכן אומקום פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן ניט איבערגעלעבט דאָס יאָר 1937, וועט זײַן גרינגער צו באַקומען אַ צוטריט צו זייערע אַרכיוון־מאַטעריאַלן, אַפֿילו אין די געהיימע אַרכיוון. אַזוי יעדנפֿאַלס טענהט דער געהעריקער רוסלענדישער געזעץ: אויב דער מענטשן איז אַוועק פֿון לעבן מיט 75 יאָר צוריק, האָבן די רוסישע אַרכיוון דאָס רעכט צולאָזן זײַטיקע מענטשן, ניט קיין קרובֿים, צו די פּערזענלעכע פּאַפּירן זייערע. איך גלייב, אַז די היסטאָריקער וועלן אַזאַ מעגלעכקייט ניט דורכלאָזן.
אָבער מע דאַרף ניט מיינען, אַז דער ברייטער עולם וועט ווערן קליגער פֿון די נײַע פּרטים וועגן די מאַסן-פֿאַרברעכן פֿון סטאַליניסטישע תּלינים (אַגבֿ, ניט זייער זעלטן, בפֿרט בײַם אָנהייב פֿון די „רייניקונגען”, זײַנען עס געווען ייִדישע אָפֿיצירן). אויך איצט ווייסן מיר גאָר ניט ווייניק וועגן דער גאַנצער מערדערישער מאַשין, וואָס האָט איבערגעמאָלן הונדערטער טויזנטער און, אין לעצטן סך־הכּל, מיליאָנען נפֿשות. אָבער די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע שטעלט ניט אָפּ מיליאָנען לײַט צו האַלטן אַ וועלט פֿון סטאַלינען אָדער, לכל־הפּחות, באַרעכטיקן זײַנע מעטאָדן פֿון אָנפֿירן מיטן לאַנד.
אַ חוץ די הייסע אָנהענגער פֿון סטאַלינען, איז דאָ נאָך אַ גרעסערע צאָל אַזעלכע, וואָס האָבן אַ צוויי־זײַטיקע באַציִונג צום טיראַן. פֿון איין זײַט, שטייען אַלע קליאַמקעס אין זייער מוח אויפֿן נייטיקן אָרט, אַזוי אַז זיי פֿאַרשטייען דעם שוידער פֿון סטאַלינס מערדערישער פּאָליטיק. אָבער גלײַכצײַטיק זײַנען זיי ניט צופֿרידן, ווען מע וואַרפֿט אָפּ סטאַלינס „פֿאַרדינסטן” אין אויפֿבויען די עקאָנאָמיע, אַרמיי וכ׳. פֿאַר אַזעלכע מענטשן איז כאַראַקטעריש אַ נאָסטאַלגיע נאָך די כּלומרשט גוטע צײַטן, ווען עס זײַנען ניט געווען בנימצא די מיאוסקייטן פֿונעם לעבן, וואָס זיי זעען אַרום זיך. פֿאַר אייניקע עלטערע לײַט איז די דאָזיקע נאָסטאַלגיע ניט אין גאַנצן ווירטועל, ווײַל דאָס איז אויך אַ בענקשאַפֿט נאָך זייער יוגנט.
איך געדענק, ווי בײַ אונדז אין שטוב פֿלעגן זיך צונויפֿקלײַבן קרובֿים און פֿרײַנד פֿון דעם דור פֿון מײַנע עלטערן און נאָך עטלעכע כּוסות בראָנפֿן פֿלעגן זיי צו מאָל זינגען:
לאָמיר טרינקען אַ לחיים,
אַײַ-אײַ, אײַ-אײַ-אײַ,
פֿאַר דעם לעבן פֿאַר דעם נײַעם,
אײַ-אײַ, אײַ-אײַ-אײַ!
פֿאַר די פֿעלדער פֿאַר די זאַטע,
אַײַ-אײַ, אײַ-אײַ-אײַ,
פֿאַר דער נײַער הויכער כאַטע,
אײַ-אײַ, אײַ-אײַ-אײַ!
…
זאָל דער ערשטער כּוס זיך כוואַליען
אײַ-אײַ, אײַ-אײַ-אײַ,
פֿאַר דעם ליבן חבֿר סטאַלין,
אײַ-אײַ, אײַ-אײַ-אײַ!
קיין נאָסטאַלגיע נאָכן חבֿר סטאַלין איז עס זיכער ניט געווען. מע האָט זיך פּשוט דערמאָנט וועגן די יאָרן פֿאַר דער מלחמה, פֿאַרן חורבן, ווען קיין האָניק האָט מען ניט געלעקט, אָבער די צײַט צווישן דעם 22טן יוני 1941 און דעם 9טן מײַ 1945 — דער אָנהייב פֿון דער מלחמה מיט היטלערן און דער זיג איבער אים — האָט צוגעגעבן יענער צײַט אַן אַנדער קאָליר און אַן אַנדער טעם. מײַן זיידע פֿלעגט דעמאָלט ווערן ממש בייז און אָנהייבן שרײַען: „טיפּשים! וואָס זינגט איר? היטלער און סטאַלין זײַנען געווען גלײַך — צוויי גזלנים.”
אַ סבֿרא, אַז אין רוסלאַנד וועט מען נאָך לאַנג הערן סײַ נאָסטאַלגישע, סײַ זייער ערנסטע לויבגעזאַנגען צו סטאַלינען, ווי אויך בייזע געשרייען: „נאַראָנים! שטעלט זיך אָפּ!”
סטאַלינס לעצטע מאָמענטן — פֿון דער „בי־בי־סי‟־סעריע „טײַמוואַטש: ווער האָט דערהרגעט סטאַלין?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.