דער וואָס האָט געמיינט, אַז די ירדנישע מלוכה איז אַדורך דעם אַראַבישן פֿרילינג בשלום, האָט געמאַכט אַ גרויסן טעות. אמת, די ירדנישע רעגירונג איז איבערגעקומען די ערשטע כוואַליע פֿון רעוואָלוציעס וואָס האָבן געשאָקלט די אַנדערע מדינות אַרום דעם מיטללענדישן ים, אָבער דער אַראַבישער פֿרילינג איז פֿאַר די ירדנער בלויז אַ צוזאָג אויף נײַע, פֿיל גרעסערע צרות.
דער ערשטער קלאַפּ פֿאַר דער ירדנישער מאַכט איז געווען די מפּלה פֿון דעם עגיפּטישן פּרעזידענט כאָסני מובאַראַק. אָן דעם מאָדערנעם פּרעה האָט זיך אַנטוויקלט אין עגיפּטן, און איבערהויפּט אין סיני אַ תּוהו-ובֿוהו. די בעדויִנער, וואָס האָבן שוין לאַנג געליטן פֿון דיסקרימינאַציע און באַגרענעצטע בירגער-רעכט, האָבן אויסגעגאָסן זייער כּעס אויף דער גאַזלייטונג, וואָס ברענגט גאַז קיין ישׂראל און ירדן. דאָס אָפּשטעלן דעם גאַז־שטראָם האָט גורם געווען אַ גרויסן שאָדן, ווײַל אין ירדן איז דער גאַז גענוצט געוואָרן צו פּראָדוצירן כּמעט די גאַנצע עלעקטריע.
נישט האָבנדיק קיין גאַז, האָט ירדן געמוזט קויפֿן טײַערערע פֿאָרמען פֿון ברענשטאָף. און צוליב דעם וואָס עלעקטריע איז אין אַ גרויסער מאָס סובסידירט אין ירדן, איז דאָס גאַנצע עול געפֿאַלן אויף די פּלייצעס פֿון דער רעגירונג. סובסידיעס פֿון עלעקטריע אין יאָר 2012 האָבן באַטרעפֿט מער ווי 2 ביליאָן דאָלאַר.
די רעגירונג האָט געפּרוּווט שוין עטלעכע מאָל העכערן די פּרײַזן פֿון עלעקטריע, אָבער צוליב דעם שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ אין דער מדינה האָט זיך אויסגעגאָסן אין גרויסע פּראָטעסטן קעגן דער מלוכה.
די צווייטע אָפּקומעניש איז, וואָס ירדן ווערט פֿאַרפֿלייצט מיט סירישע פּליטים. איצט געפֿונען זיך אין ירדן אַרום 300 טויזנט פּליטים, וועלכע לעבן אויפֿן חשבון פֿון די גאַסט-געבערס. די רעגירונג שטעלט די פּליטים צו עסן, מעדיקאַמענטן און אַלע איבעריקע באַדערפֿענישן, זאָרגט וועגן דער דערציִונג פֿאַר די קינדער. אויף דעם איז אַוועק אַ סך געלט פֿון דעם ירדנישן בודזשעט.
ירדן וואָלט אפֿשר געקענט זיך אַרויסדרייען פֿון ביידע אָנשיקענישן, ווען עס וואָלט נישט געווען קיין גלאָבאַלער עקאָנאָמישער קריזיס. דער ירדנישער בודזשעט איז באַזירט אויף הילף פֿון אויסלאַנד. פֿאַרשידענע מדינות, אַראַבישע און אַנדערע, האָבן צוגעזאָגט צו ירדן אָ בײַשטײַערונג פֿון סך-הכּל 870 מיליאָן דינאַר, אָבער ביז יוני האָט ירדן באַקומען פֿון דער צוגעזאָגטער סומע נאָר 18 מיליאָן דינאַר.
אַ מדינה, וואָס איז אָפּהענגיק פֿון אויסלענדישער הילף אונטערצוהאַלטן איר בודזשעט, פֿאַלט אַרײַן אין גרויסע צרות, אַז די הילף ווערט אָפּגעשטעלט; און אַזוי איז טאַקע געשען אין ירדן. די פּלענער צו פֿאַרהעכערן דעם געהאַלט פֿון די שול-לערער, קראַנקן-שוועסטער און עלעקטריע-אַרבעטער זענען אַדורכגעפֿאַלן. ווי אַ פּועל-יוצא, זענען אין די ערשטע 9 חדשים פֿונעם יאָר 2012 אויסגעבראָכן 12% מער שטרײַקן ווי פֿאַראַיאָרן. דער מלך האָט געביטן דעם פּרעמיער פֿינף מאָל זינט דעם אָנהייב פֿון דעם אַראַבישן פֿרילינג, פּרוּוונדיק אײַנצושטילן דאָס פֿאָלק.
דער ירדנישער מלך געפֿינט זיך אין אַן איידעלן מצבֿ. דעם מלכס לאַגער, די “ירדנער”, דאָס הייסט, די בעדויִנער, זענען אַ מינדערהייט אין זייער אייגענער מדינה. די אָפּאָזיציע — די מאַכמעדאַנישע ברודערשאַפֿט — ווערט געשטיצט פֿון די פּאַלעסטינער — די מערהײט פֿון די ירדנישע בירגערס, און זי קוקט אויפֿן מצבֿ ווי אַ גוטע געלעגנהייט אויפֿצובויען זייער כּוח.
אויסער דעם: דאָס וואָס די בעדויִנער שטיצן דעם מלך מיינט נישט, אַז זיי האָבן אים ליב. זײַנע אָבֿות שטאַמען פֿון סאַודיע און זײַן מאַמע איז אַן ענגלישע. ער איז, אייגנטלעך, אויסגעוואַקסן אין ענגלאַנד און קוים וואָס ער רעדט אַראַביש. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע אַראַבישע מלכים, האָט ער און די מלכּה ראַניע זייער ליב צו לעבן אין לוקסוס. מע זאָגט אויך, אַז ער האָט נישט געפֿאָלגט זײַן טאַטנס בקשה צו לאָזן זײַן ברודער ווערן דער קעניג נאָך זײַן טויט.
אויב די ירדנישע רעגירונג וועט אונטערגיין, וועט ישׂראל האָבן נאָך אַ שכן — אַן איסלאַמיסטישע מדינה, ווי אַ צוגאָב צו עזה, עגיפּטן און די פֿילצאָליקע סוניטישע מיליטאַנטן אין די רייען פֿון דער איצטיקער סירישער אָפּאָזיציע. אַזוי ווערט ישׂראל אַרומגערינגלט דורך פֿאַנאַטישע איסלאַמיסטן. ווער ווייסט, צי דאָס איז צום גוטן, צי צום שלעכטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.