(ייִט״אַ). — אַ פֿראַנצויזישע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן בעת דעם חורבן, האָט זיך אָפּגעזאָגט צו קומען אויף אַ הזכּרה־צערעמאָניע אין מאַרסיי, צוליב דער פּראָ־ישׂראלדיקער שטעלונג פֿון CRIF — די דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון אַלע פֿראַנצויזישע ייִדישע קהילות — וועלכע האָט אָרגאַניזירט די אונטערנעמונג בשותּפֿות מיט דער מוניציפּאַליטעט.
אין אַ בריוו וואָס מע האָט אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ דעם 11טן פֿעברואַר, האָבן פֿראַנסואַ ראָשטאָ און זשאַן־פּיער קאַוואַלי, די פֿאָרשטייער פֿונעם מאַרסייער צווײַג פֿון CIMADE — אַ פֿראַנצויזישע פּראָטעסטאַנטישע גרופּע געגרינדעט אין 1939, דערקלערט, אַז די ווערטן, וואָס האָבן אינספּירירט זייערע פֿירער צו ראַטעווען ייִדן במשך פֿונעם חורבן, זענען געבליבן די זעלבע; דעריבער קומען זיי אין סתּירה צו דער „קאָלאָניאַלער, דיסקרימינירנדיקער און קעמפֿערישער פּאָליטיק פֿון ישׂראל אין שײַכות מיט די פּאַלעסטינער‟.
דער בריוו איז געווען אַן ענטפֿער אויף אַ פֿאַרבעטונג פֿון CRIF זיך צו באַטייליקן אין דעם 70סטן יאָרצײַט פֿון דער דעפּאָרטאַציע און מאָרד פֿון טויזנטער אָרטיקע ייִדן, וואָס איז אָפּגעמערקט געוואָרן דעם 20סטן יאַנואַר.
לויט דעם ישׂראלדיקן „בית־התּפֿוצות‟, דער מוזיי פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, האָבן 39,000 ייִדן געוווינט אין מאַרסיי אין 1939. בלויז 10,000 זענען פֿאַרבליבן נאָכן חורבן. „יד־ושם‟ גיט איבער, אַז CIMADE האָט אָרגאַניזירט „נייטיקע ראַטיר־ און ווידערשטאַנד־אַקציעס‟ אין שײַכות מיט די הריגות פֿון די ייִדן, און געהאָלפֿן אַרויסשמוגלען אַ צאָל ייִדן צו אַ זיכער אָרט. אין 1988 האָט „יד־ושם‟ דערקלערט מאַדעלען באַראָ, די אָנפֿירערין פֿון CIMADE בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איינע פֿון די „חסידי אומות העולם‟. זי איז ניפֿטר געוואָרן מיט זיבן יאָר שפּעטער.
„מיר ווייסן, אַז אונדזער שטעלונג וואָלט אפֿשר געווען אומדערטרעגלעך אויף אײַער צערעמאָניע, און במילא וועט מען נישט וועלן, אַז מיר זאָלן בײַזײַן,‟ האָבן געשריבן די פֿאָרשטייער פֿון CIMADE. „מיר קאָנען נישט פֿאַרשווײַגן אונדזערע פּרינציפּן, אָבער ווילן אויך נישט אַרויסרופֿן קיין סקאַנדאַל.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.