(ייִט״אַ). — די מיטגלידער פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן פּאַרלאַמענט‟ האָבן דינסטיק אין אַ בריוו גערופֿן די 27 אויסערן־מיניסטאָרן פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד נישט צו באַצייכענען בלויז דעם מיליטערישן פֿליגל פֿון „כעזבאָלאַ‟ ווי אַ טעראָריסטישע גרופּע, נאָר אויך דעם פּאָליטישן פֿליגל.
„לאָמיר באַטאָנען, אַז ס׳איז בכלל נישטאָ קיין אונטערשייד צווישן דעם פּאָליטישן פֿליגל און דעם מיליטערישן פֿליגל פֿון ׳כעזבאָלאַ׳,‟ האָבן די מיטגלידער פֿונעם פּאַרלאַמענט געשריבן. זיי האָבן ציטירט דעם וויצע־פֿירער פֿון „כעזבאָלאַ‟, נאַיִם קאַסעם, וועלכער האָט אין 2009 דערקלערט: „׳כעזבאָלאַ׳ האָט בלויז איין פֿירערשאַפֿט… אַלע פּאָליטישע, געזעלשאַפֿטלעכע און ׳דזשיהאַד׳־אַרבעט איז פֿאַרבונדן מיט די באַשלוסן פֿון דער פֿירערשאַפֿט.‟
„ס׳איז מעגלעך, אַז די מיניסטאָרן, וועלכע וועלן זיך טרעפֿן דעם 18טן פֿעברואַר אין בריסל וועלן באַשליסן אָנצונעמען בלויז אַ ׳האַלב־מיטל׳,‟ האָט דערקלערט דער מיט־פֿאָרזיצער פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן פֿאַרבאַנד‟, דזשאָעל רובינפֿעלד, רעאַגירנדיק אויפֿן באַריכט פֿון די בולגאַרישע זיכערהייט־אינסטאַנצן מיט אַ וואָך פֿריִער, וואָס האָט באַשולדיקט „כעזבאָלאַ‟ אינעם טייטלעכן טעראָריסטישן אַטאַק אויף די ישׁראלים, דעם 18טן יולי, אין בולגאַריע.
לויטן באַריכט, האָבן די אַגענטן פֿונעם מיליטערישן פֿליגל פֿון „כעבאָלאַ‟ דורכגעפֿירט דעם אַטאַק, און דער פּאָליטישער פֿליגל האָט עס פֿינאַנצירט. „כעזבאָלאַ‟ האָט געלייקנט, אַז זי טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן אַטאַק, וואָס האָט אומגעבראַכט זעקס ישׂראלים און איין בולגאַריער.
צווישן די לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, איז האָלאַנד דאָס איינציקע, וואָס באַצייכנט ביידע פֿליגלען פֿון „כעזבאָלאַ‟ ווי אַ טעראָריסטישע גרופּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.