(ייִט״אַ) — אַמוקה, ישׂראל. אויף אַ סטעזשקע, דורך שטיינערנע בערגלעך זענען געגאַנגען די מענער: טייל אין שוואַרצע קאַפּעליושן, בערד און בעקעשעס; אַנדערע אין אונטערלײַבלעך און דזשינס־הויזן, און נאָך אַנדערע אין סאַמעטענע יאַרמלקעס. מאַסן־ווײַז זענען זיי געקומען — די 19־יאָריקע, וועלכע האָבן געזוכט אַ שידוך; די 40־יאָריקער, פֿאַרצווײפֿלט, אַז זיי וועלן קיין מאָל נישט געפֿינען קיין שידוך; און די 15־יאָריקע, וועלכע האָבן געבעטן פֿאַר די נישט־חתונה געהאַטע.
זיי זענען אַלע געקומען זיך באַטייליקן אין אַ ספּעציעלער צערעמאָניע, אין וועלכער מע זאָגט תּחינות, מע בלאָזט 1000 שופֿרות, און מע שפּאַצירט אַרום דעם אוהל פֿון אַ צדיק זיבן מאָל. דער בעל־תּפֿילה איז אַ באַקאַנטער מקובל. אַ טייל וועלן שרײַען, אַן אַנדער טייל — זינגען. זיי זענען געקומען מיט דער האָפֿענונג, אַז אין זכות פֿונעם רבֿ יונתן עוזיאל ע״ה, וועט מען געפֿינען די באַשערטע במשך פֿונעם יאָר — אַבי מע האָט עס געבעטן בײַ זײַן קבֿר און באַצאָלט פֿאַר דער צערעמאָניע.
„דאָ קומען זיך צונויף אַלע כּוחות פֿון דער וועלט‟, האָט דערציילט מאיר לוי, אַ 40־יאָריקער בחור, וועלכער איז געקומען אָנטיילנעמען אין די תּפֿילות דעם 27סטן יאַנואַר — „דאָס איז זייער אַ הייליק אָרט‟. אַ מאַן אין אַ בלויען כאַלאַט, מיט אַ רויט סאַמאַטענעם היטל און שאַרף איז צוגעקומען צום הויף און די וואָלונטירן האָבן צעטיילט שופֿרות צו אַלעמען. דער מקובל אינעם כאַלאַט, הרבֿ יחיאל אַבוכאַצייראַ, האָט אָנגעהויבן דאָס דאַוונען. „די משפּחה אַבוכאַרצייראַ איז באַקאַנט דור־דורות פֿאַר אירע נסים‟, האָט געזאָגט אליהו חזן, 32 יאָר אַלט. „יעדער וואָס גייט זיי זען ווערט געהאָלפֿן‟. האַלטנדיק אַ מיקראָפֿאָן בײַ זײַן ווײַסער באָרד, האָט הרבֿ אַבוכאַרצייראַ געבעטן „תּפֿילה, תּשובֿה און צדקה מעבֿירים את רוע הגזירה!‟, אַ תּפֿילה פֿון דעם ימים־נוראָימדיקן דאַוונען. פֿון דער משפּחה שטאַמען דורות מאַראָקאַנער מקובלים. הײַנט איז הרבֿ אַבוכאַרצייראַ, דער ראָש פֿון אַ ישיבֿה לעבן צפֿת. די הכנסה וואָס קומט אַרײַן אַ דאַנק דער צערעמאָניע העלפֿט זײַן ישיבֿה. פֿאַר 36$ אַ חודש, במשך פֿון 18 חדשים, וועט אַ ישיבֿה־בחור בעטן פֿאַר אײַך בײַם הייליקן קבֿר. יעדן פֿרײַטיק בײַ טאָג, גייט מען דורך אַ וואַלד צו אַמוקה מקבל צו זײַן דעם שבת, און מע דאַוונט בײַ דעם רבֿס קבֿר.
דעם זונטיק איז די צערעמאָניע געווען אַ ספּעציעלע. מע האָט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז דער מקובל וועט עפֿענען אַלע גײַסטיקע טויערן וואָס פֿאַרשטעלן דאָס מזל פֿונעם מענטש, און מע וועט קענען חתונה האָבן הײַנטיקס יאָר. די מענער מיט די שופֿרות האָבן געדאַוונט מיטן רבֿ און מיט אים אַרומגעגאַנגען דעם קבֿר. אין איינעם האָבן זיי געבלאָזן שופֿר — הונדערטער נישט־טרענירטע שופֿר־בלאָזערס; אַ טייל האָבן געבלאָזן קורצע סטאַקאַטאָ־נאָטן, די אַנדערע — לאַנגע נאָטן, ביז זיי האָבן מער נישט געקענט כאַפּן דעם אָטעם. מע האָט אַרומגערינגלט דעם קבֿר און געבלאָזן שופֿר נאָך 6 מאָל.
„עס איז מער וויכטיק אָנטיילצונעמען, ווי צו פֿאַרשטיין וואָס קומט דאָ פֿאָר‟, האָט געזאָגט פּראָפֿ׳ אַנדרע לוי, אַן אַנטראָפּאָלאָג פֿון
„בן־גוריון אוניווערסיטעט‟ און אַ מומחה אין די מינהגים פֿון דאַוונען בײַ די קבֿרים פֿון צדיקים. „אַבי מע באַטייליקט זיך, וועלן אַלע תּפֿילות מקוים ווערן‟, האָט ער דערקלערט.
„אַזוינע טראַדיציעס וואָס קומען פֿאָר בײַ די קבֿרים פֿון הייליקע רבנים האָבן אַ זינען,‟ האָט ער געזאָגט, „ווײַל די נשמות פֿון די צדיקים קענען איבערגעבן די תּפֿילות פֿון די מתפּללים צום רבונו־של־עולם. אין דער ייִדישער און אין דער מוסולמענישער רעליגיע רעדט מען גלײַך צום רבונו־של־עולם, אָבער דאָס איז צו אַ שווערער באַגריף פֿאַר אַ סך מענטשן, דאַרף מען בעטן דעם הייליקן רבין, ער זאָל פֿאַרנעמען זייערע תּפֿילות.‟
פּראָפֿ׳ לוי האַלט, אַז כאָטש מע פֿאַרדינט געלט בײַ דער צערעמאָניע, גלייבן די רבנים מיט אמונה אינעם כּוח פֿונעם מינהג. פֿאַר די נישט־חתונה געהאַטע בחורים, ווי חזן, דאַרף מען אַוודאי האָבן אמונה — „איך וויל בויען אַ היים אין ישׂראל. איך האָב גאָרנישט צו פֿאַרלירן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.