אין זײַן „מצבֿ פֿון דער מלוכה‟־רעדע נעכטן, האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ גערעדט צו אַלע פֿאָרשטייער אינעם קאָנגרעס און סענאַט, און באַשריבן זײַן וויזיע פֿאַר זײַן צווייטער קאַדענץ ווי דער פֿירער פֿון אַמעריקע. עטלעכע פֿאָרלייגן האָבן געהאַט ווי אַ ציל צו שאַפֿן מער אַרבעט פֿאַר די אַמעריקאַנער. ער האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף זײַן עקאָנאָמישער פּאָליטיק און צוגעזאָגט צו העלפֿן דעם מיטל־קלאַס. די מינימום־שׂכירות וויל ער פֿאַרהעכערן ביז 9$ אַ שעה, און דורך אַזאַ מיטל, וועלן „מיליאָנען נישט לעבן אין אָרעמקייט.‟ אַזאַ פֿאַרהעכערונג וועט ספּעציעל העלפֿן דער יוגנט און די אַרבעטער־אָרגאַניזאַציעס.
דער פּרעזידענט האָט געמוטיקט די פֿאָרשטייער פֿון קאָנגרעס, זיי זאָלן זיך נעמען צו די ענינים — אימיגראַציע, וועלט־קלימאַט, בודזשעט און געווער־געזעצן. בײַ דעם לעצטן פּונקט איז ער ספּעציעל געוואָרן עמאָציאָנעל. דערמאָנענדיק די שיסערײַ־טראַגעדיעס במשך פֿון די לעצטע יאָרן, האָט ער געבעטן די פֿאָרשטייער — „עס קומט דאָך די קרבנות כאָטש אַן אָפּשטימונג וועגן געווער־געזעצן‟.
וואָס שייך אינטערנאַציאָנאַלע ענינים, האָט דער פּרעזידענט געוואָרנט צפֿון־קאָרעע, אַ טאָג נאָך דעם ווי דאָס לאַנד האָט אויפֿגעריסן אַ נוקלעאַרע באָמבע אונטער דער ערד, אַז אַמעריקע וועט באַקעמפֿן די אַנטוויקלונג פֿון צפֿון־קאָרעעס נוקלעאַרע פּראָגראַם. ער האָט מודיע געווען, אַז 34,000 סאָלדאַטן וועלן במשך פֿונעם יאָר זיך אומקערן צוריק פֿון אַפֿגאַניסטאַן — אַ העלפֿט פֿון דער אַלגעמיינער צאָל דאָרטן. ער האָט פֿאַרזיכערט, אַז ער שטיצט אַ פֿאַרזיכערטע מדינת־ישׂראל, אָבער האָט קוים דערמאָנט די פּראָבלעמען אינעם מיטעלן־מיזרח.
דער רעפּובליקאַנער סענאַטאָר פֿון פֿלאָרידע מאַרקאָ רוביאָ האָט רעאַגירט אויף דער רעדע אין נאָמען פֿון זײַן פּאַרטיי. ער האָט געזאָגט, אַז פֿאַר יעדער לייזונג פֿון אַ פּראָבלעם וואָס דער פּרעזידענט האָט פֿאָרגעלייגט, „דאַרף מען מאָנען העכערע שטײַערן, לײַען מער און אויסגעבן מער געלט‟. דער פּרעזידענט האָט נישט באַהאַלטן דעם פֿאַקט, וואָס מע וועט דאַרפֿן ביליאָנען דאָלאַרן אויסצופֿירן זײַן פּלאַן. למשל, ער וויל שאַפֿן 15 אינסטיטוטן איבערן לאַנד, וואָס זאָלן אַנטוויקלען נײַע פֿאַבריקאַציע־טעכנאָלאָגיע. לויט אָבאַמע זענען אַזוינע פּראָיעקט שוין אַרײַנגערעכנט געוואָרן אינעם לעצטן בודזשעט, און וועלן נישט קאָסטן קיין נײַע געלטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.