אַ צאָל מערבֿדיקע נוקלעאַרע עקספּערטן האָבן געוואָרנט, אַז אינעם אויספּרוּוו פֿון אַן אַטאָם־באָמבע אין צפֿון־קאָרעע דינסטיק, דעם 12טן פֿעברואַר, האָבן זיך, מעגלעך, באַטייליקט איראַנישע וויסנשאַפֿטלער. די פֿאָרשטייער פֿון דער צפֿון־קאָרעיִשער רעגירונג האָבן געמאָלדן, אַז דער אַטאָם־אויפֿרײַס איז געווען „אַן ענטפֿער אויף דער אַמעריקאַנער דראָונג”, און אַז דער אויפֿרײַס האָט געהאַט אַ שײַכות צו דער אַרבעט איבער אַן אַטאָם־ראַקעט, וואָס קאָן דערגרייכן דעם אַמעריקאַנער קאָנטינענט. לויט די אַמעריקאַנער ידיעות, האָט מען דאָס מאָל אויסגעפּרוּווט אַן אָנלאָד מיט באַרײַכערטן אוראַניום; בעת דעם פֿאָריקן נוקלעאַרן אויפֿרײַס אין צפֿון־קאָרעע, אין 2009, האָט מען אויסגענוצט פּלוטאָניום.
דר׳ אַלון לעפֿקאָוויץ, אַ זיכערהייט־עקספּערט און אַ קאָאָרדינאַטאָר פֿון דער פּראָגראַם פֿאַר אַזיאַטישע שטודיעס בײַם בר־אילן־אוניווערסיטעט, האָט געזאָגט אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער צײַטונג „דזשערוזאַלעם פּאָסט”, אַז דער נוקלעאַרער אויפֿרײַס־עקספּערימענט איז דורכגעפֿירט געוואָרן, מעגלעך, לטובֿת דער איראַנישער רעגירונג. לעפֿקאָוויץ האָט צוגעגעבן, אַז בעת די פֿריִערדיקע צוויי נוקלעאַרע אויספּרוּוון אין צפֿון־קאָרעע זענען בײַגעווען, לויט אַ צאָל אינפֿאָרמירטע קוואַלן, וויסנשאַפֿטלער פֿון איראַן. עס קאָן זײַן, אַז זיי האָבן זיך אויך באַטייליקט אינעם איצטיקן עקספּערימענט.
לעפֿקאָוויץ האָט דערקלערט, אַז דערווײַל איז נישט קלאָר, צי די צפֿון-קאָרעיִשע באָמבע איז געווען טאַקע געמאַכט פֿונעם באַרײַכערטן אוראַניום. אין אַזאַ פֿאַל, זענען פֿאַראַן מער סיבות חושד צו זײַן, אַז איראַן האָט געהאַט אַ שײַכות צו דעם באָמבע־אויספּרוּוו.
לויט דער דרום־קאָרעיִשער נײַעס־אַגענטור „יאָנהאַפּ”, האָבן די איראַנישע רעגירונג־פֿאָרשטייער אָבסערווירט דעם דורכגעפֿאַלענעם עקספּערימענט מיט אַ ראַקעט אין צפֿון־קאָרעע, וועלכער איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין אַפּריל. די דרום־קאָרעיִשע רעגירונג האָט נישט געלייקנט און אויך נישט באַשטעטיקט די אינפֿאָרמאַציע וועגן דער מעגלעכער איראַנישער באַטייליקונג אינעם איצטיקן אַטאָם־עקספּערימענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.