עס איז באַשלאָסן געוואָרן ווער ס’וועט באַקומען דעם אַרכיוו פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם ייִדישן שרײַבער חיים גראַדע — דער ייִוואָ און די „נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק” אין ירושלים. די צוויי אינסטיטוציעס האָבן אויך באַקומען רשות איבער דעם דרוקרעכט פֿון גראַדעס געדרוקטע ווערק.
חיים גראַדע איז געווען צווישן די אָנגעזעענסטע ייִדישע שרײַבער נאָכן חורבן, סײַ ווי אַ פּאָעט, סײַ ווי אַ פּראָזאַיִקער. צווישן זײַנע באַקאַנטע ווערק זענען: „מײַן מאַמעס שבת טעג”, „די עגונה”, די צוויי־בענדיקע „די ישיבֿה”, און עטלעכע זאַמלונגען פּאָעזיע. געציילטע ראָמאַנען האָט ער געדרוקט אין די ניו־יאָרקער צײַטונגען, דער עיקר, אין „פֿאָרווערטס”, אָבער זיי זענען קיין מאָל נישט אַרויס ווי ביכער.
נאָך דעם ווי גראַדעס אַלמנה, אינאַ העקער־גראַדע, איז געשטאָרבן אין 2010, איז אַ שטאָטישער בראָנקסער אַדמיניסטראַטאָר אַרײַן אין זײַן דירה און געפֿונען בריוו, פֿאָטאָגראַפֿיעס, כּתבֿ־ידן דעמאָלט אײַנגעפּאַקעוועט אין 40 קעסטלעך, אָבער ערשט איצט איז מען געקומען צו אַ הסכּם, צו וועלכן אַריוו זיי וועלן געהערן.
לויטן עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, יהונתן ברענט, האָט דער ייִוואָ און די „נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק” אָנגעגעבן די אידענטישע פֿאָרלייגן צו דער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע און באַשלאָסן צוזאַמענצואַרבעטן. די אַנדערע אינסטיטוציעס, וועלכע האָבן אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו באַקומען די פּאַפּירן זענען געווען: „האַרוואַרד־אוניווערסיטעט”, „די ניו־יאָרקער שטאָטישע ביבליאָטעק”, און „דער האַרי ראַנסאָם־צענטער” פֿונעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט אין אָסטין, טעקסעס.
„מיר וועלן איצט ווײַטער אָנגיין, ווי גיך מעגלעך, אויסצוסאָרטירן די מאַטעריאַלן”, האָט ברענט דערציילט דעם Forward. „דעם אַרכיוו פֿון ביכער פֿון גראַדעס דירה האָט מען אײַנגעפּאַקעוועט אָן שום סדר, כאַפּ־לאַפּ, ווי מע זאָגט. דעריבער וועט דאָס אײַנאָרדענען פֿון די פּאַפּירן אָנגיין זייער פּאַמעלעך”, האָט ד״ר ברענט געזאָגט.
גראַדעס פּאַפּירן גופֿא וועלן זיך געפֿינען אינעם ייִוואָ־אַרכיוו אין ניו־יאָרק, אָבער ביידע אינסטיטוציעס וועלן בשותּפֿות טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן איבערזעצן, פּובליקירן און דיגיטאַליזירן די מאַטעריאַלן; און פּלאַנירן צו זאַמלען געלט פֿאַר דעם ציל. זיי וועלן אויך זיך באַמיִען צו זאַמלען פֿאָנדן, אן ערך $150,000 צו שאַפֿן אַ סטיפּענדיע, כּדי אַ פֿאָרשער זאָל קענען אויססדרן די מאַטעריאַלן און אָנשרײַבן אַ בוך וועגן גראַדע און זײַן וועלט. נאָך דעם ווי מע סדרט אײַן די גאַנצע זאַמלונג וועט מען, לויט דער הסכּמה, אַלץ דיגיטאַליזירן.
„מיר וועלן אָנהייבן דרוקן אַלע ווערק פֿון חיים גראַדע אויף ייִדיש, ווי גיך מעגלעך, און אויב נייטיק, מיט נײַע איבערזעצונגען”, האָט ברענט צוגעגעבן. „דאָס אַרויסגעבן דאָס ווערק אויף ייִדיש פֿאַר דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט איז דער הויפּט־ציל”.
*Chaim Grade on the significance of modern Yiddish literature in Jewish history. From a lecture held at the Jewish Public Library of Montreal, December 7th, 1958. *
חײם גראַדע רעדט איבער דעם באַטײַט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור װי אַ טײל פֿון דער ייִדישער געשיכטע. די רעקאָרדירונג איז אַן אױסצוג פֿון אַ רעפֿעראַט, געהאַלטן בײַ דער ייִדישער פֿאָלקס-ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל, דעם 7סטן דעצעמבער 1958.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.