פּראָג, טשעכײַ. — אַ קאַסטן מיט דאָקומענטן, וועלכע האָבן מיט 46 יאָר צוריק געהערט צו דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין פּראָג, האָבן זיך על־פּי צופֿאַל אָפּגעפֿונען אינעם קעלער פֿון דער אָרטיקער שוועדישער אַמבאַסאַדע אין דער זעלבער שטאָט. אַ דאַנק דעם דאָזיקן פּלוצעמדיקן געפֿינס, וועלן אַ צאָל טשעכן, וועלכע האָבן געראַטעוועט ייִדן בעת דעם חורבן, קאָנען אָפֿיציעל באַלוינט ווערן ווי „חסידי־אומות־העולם”.
אַ דיפּלאָמאַט, וועלכער אַרבעט בײַ דער שוועדישער אַמבאַסאַדע, האָט זיך פֿאַרבונדן מיט עטלעכע וואָכן צוריק מיט שחר שלף, דער ישׂראלדיקער וויצע־אַמבאַסאַדאָר אין טשעכײַ, און איבערגעגעבן, אַז נישט לאַנג צוריק, ווען זײַנע מיטאַרבעטער האָבן באַשלאָסן אויסצורייניקן דעם קעלער, האָבן זיי דאָרטן געפֿונען אַ שטויביקן קאַסטן מיט פּאַפּירן, וואָס די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע האָט איבערגעלאָזט אינעם יאָר 1967. טשעכאָסלאָוואַקײַ האָט דעמאָלט איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל, אין שײַכות מיט דער זעקס־טאָגיקער מלחמה; די מיטאַרבעטער פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, וועלכע האָבן געמוזט שליסן זייער אַמט, האָבן איבערגעלאָזט די דאָקומענטן בײַ זייערע שוועדישע קאָלעגן.
צווישן אַנדערע אַדמיניסטראַטיווע פּאַפּירן, זענען אינעם קאַסטן געלעגן דרײַ צערטיפֿיקאַטן פֿאַר „חסידי־אומות־העולם” פֿונעם ירושלימער מוזיי „יד־ושם”, באַגלייט מיט מעדאַלן. די אַמבאַסאַדע איז שוין געווען גרייט דעמאָלט צו באַלוינען דרײַ טשעכישע ראַטירער פֿון ייִדן. צוליב דער פּאָליטישער מהומה אינעם יאָר 1967, האָט מען נישט געקאָנט דורכפֿירן די צערעמאָניע און פֿאַרגעסן אין דעם.
דער מוזיי „יד־ושם” האָט איבערגעגעבן, אַז די דערמאָנטע דרײַ מענטשן זענען טאַקע אָנערקענטע „חסידי־אומות־העולם”. ס׳איז קלאָר, אַז אַלע דרײַ באַלוינטע לעבן שוין נישט. איינער פֿון זיי האָט אַ זון אין קאַנאַדע, וועלכער האָט באַקומען אַ קאָפּיע פֿונעם מעדאַל מיט אַ סך יאָר צוריק, פֿון דער דאָרטיקער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע. שלף האָט געמאָלדן, אַז די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן וועלן „טאָן אַלץ וואָס מעגלעך”, כּדי צו געפֿינען די קינדער פֿון די דאָזיקע טשעכן און זיי איבערגעבן די באַלוינונגען אויף אַן אָפֿיציעלן אופֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.