דער יום־טובֿ איז פֿאַרבײַ, איצט הײבט זיך אָן דאָס לעבן. אַ האַלבע װעלט האָט אױסגעװײלט זײערע נײַע פּרעזידענטן און פּרעמיער־מיניסטאָרן. די טײַכן פֿון שמוציקע קללות זײַנען, סוף־כּל־סוף, אױסגעשעפּט געװאָרן, און די נאָרמאַטיװע דעמאָקראַטישע מלוכה־לײַט האָבן זיך גענומען צו דער אַרבעט, דהײַנו, — אױספֿירן דאָס צוגעזאָגטע בײַ די װאַלן. איר װײסט דאָך, — „צוזאָגן און ליב האָבן”…
הײַנט, שטעלט זיך פֿאָר אַ סיטואַציע, װען אַ קאַנדידאַט אױפֿן פּרעזידענט־פּאָסטן פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן אָדער פֿון אַן אַנדער דעמאָקראַטיש לאַנד װאָלט אין אַן אינטערװיו פֿאַר אַ צײַטונג געמאָלדן, אַז „די ייִדן זענען די קינדסקינדער פֿון די מאַלפּעס און חזירים”. מע דאַרף ניט זײַן קײן גרױסער בעל־דמיון, כּדי זיך פֿאָרצושטעלן, אַז דעם קומענדיקן אינטערװיו װאָלט אַזאַ „קאַנדידאַט” געקענט געבן נאָר אין אַ תּפֿיסה־קאַמער.
כ’װעל ניט צעשמירן די קאַשע איבערן טעלער און גלײַך זאָגן, אַז די אָ „געניאַלע” זאָאָלאָגישע אַנטפּלעקונג האָט געמאַכט מוכאַמעד מורסי, דער הײַנטיקער פּרעזידענט פֿון עגיפּטן, און געשען איז דאָס כּמעט מיט דרײַ יאָר צוריק. אָבער די גאַנצע װעלט, חוץ די פֿאַראײניקטע שטאַטן, האָט דעמאָלט געשװיגן, פּונקט אַזױ װי זי שװײַגט הײַנט אויך.
„פּאַרכאַטע זשידעס” און „פֿערפֿליוכטע יודען” — זענען מיר שױן געװען, און איצט, ייִדן, אַחינו־בני־ישׂראל, קומט אונדז אַ פֿרישינקער מזל־טובֿ — מיר זענען זוכה געװאָרן צו גאָר אַ נײַער, „חייִשער” מדרגה, — “די קינדסקינדער פֿון די מאַלפּעס און חזירים”!
סטײַטש, — סײַ אַ מאַלפּע און סײַ אַ חזיר? מע דאַרף דאָך האָבן אַן אײַזערנע פֿאַנטאַזיע אין קאָפּ, כּדי זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַ מאַלפּע זאָל זיך פֿאַרליבן אין אַ חזיר און פֿון אים האָבן… װאָס?… חזירישע מאַלפּעלעך אָדער מאַלפּישע חזרימלעך? באמת, אַ ניט קײן גרינגע דילעמע; אױף אַלע אונדזערע שׂונאימס קעפּ.
דעם אמת געזאָגט, עס גײט מיר ניט אין חוזק מאַכן פֿון דעם אָדער אַנדערן פּרימיטיװן שׂונא־ישׂראל. אָבער, װי מע פֿלעגט אַמאָל אַ זאָג טאָן אין בעלץ, — „עס גײט מיר ניט אין דעם צוגעגנבֿעטן סידורל, נאָר עס טוט מיר זײער באַנג, װאָס פֿאַר אַ פּאָסקודסטװע עס טוט זיך בײַ אונדז אין שיל”, דהײַנו, — אין די דעמאָקראַטישע, איבער הױפּט אין די אײראָפּעיִשע לענדער. װי אַזױ װעלן די באמת אָרנטלעכע קעמפֿערס פֿאַר די דעמאָקראַטישע װערטן, װי אַזױ װעלן זײ זיך קאָנען חבֿרן מיט אַ מענטש — איך מײן מוכאַמעד מורסי — װעלכער האָט עובֿר געװען אױף אײנעם פֿון די װיכטיקסטע דעמאָקראַטישע גרונט־געזעצן, װאָס פּראָקלאַמירט דאָס האַסן אַ װעלכן ניט איז פֿאָלק װי אַ שרעקלעך פֿאַרברעכן קעגן דער מענטשהײט?… אין זײערע אײגענע לענדער װאָלט אַזאַ מין פֿאַרברעכער גלײַך פֿאַרמישפּט געװאָרן צו אַ מינימום דרײַ יאָר „קאַזיאָנע קאַשע”.
יאָ, רבותי, אַ מאָדנע זאַך איז די דאָזיקע מאָדערנע דעמאָקראַטיע, באַזונדערס די עגיפּטישע. דער „באַשײדענער” מוכאַמעד מורסי איז ניט נאָר ניט געגאַנגען זיצן, נאָר דאָס פֿאָלק האָט אים אױסגעקליבן פֿאַר אַ פּרעזידענט, און איך האָב זײער אַ גרױסן חשד, אַז טאַקע די טיפֿע קענטענישן אין דער “איסלאַמישער זאָאָלאָגיע” האָבן געהאָלפֿן מוכאַמעד מורסין צו געװינען די פּרעזידענט־װאַלן אינעם גרעסטן און שטאַרקסטן אַראַבישן לאַנד.
מאַרק טװעין, דער גרױסער אַמעריקאַנער שרײַבער, האָט געשריבן: „ער (דער ייִד) קען שטאָלצירן מיט דעם, אַז ער האָט תּמיד און מוטיק געקעמפֿט מיט דער גאַנצער װעלט, כאָטש צו קעמפֿן איז אים אױסגעקומען מיט די הענט, פֿאַרבונדענע הינטער די פּלײצעס. די מצרים, די בבֿלים, די פּערסן האָבן פֿאַרפֿלײצט די װעלט מיט רעש און פּראַכט, אָבער שפּעטער זײַנען זײ צערונען און פֿאַרשװוּנדן געװאָרן װי דער רױך…”
עס װײַזט אױס, אַז מוכאַמעד מורסיס קאָפּ ליגט ניט צום לײענען די װעלטלעכע ליטעראַטור, און ער גיט אָפּ די בכורה דער „איסלאַמישער זאָאָלאָגיע” בכלל, און דער זאָאָלאָגישער שׂינאה צו ייִדן בפֿרט.
אָן אַ שלעכטער כּװנה, נאָר סתּם בײַ דער געלעגנהייט און ספּעציעל פֿאַר מוכאַמעד מורסי, ברענג איך אַ פֿרײלעכע מוסטער־מעשׂה װעגן זײַן גליקלעכן שכן פֿון סודאַן:
„אײנער אַ סודאַנעזער האָט געמוזט חתונה האָבן מיט אַ קאָזע, נאָך דעם װי מע האָט אים געכאַפּט בעתן פּאָרען זיך מיט דעם שכנס ציג‟. דער געװעזענער באַלעבאָס פֿון דער קאָזע, הער אַליפֿי דערצײלט, אַז ער איז געװען זײער פֿאַרחידושט צו זען די סצענע פֿון באַהעפֿטן זיך מיט זײַן קאָזע און געשלעפּט דעם זינדיקן שכן, הער טאָמבע, צום זקנים־ראַט. די זקנים האָבן באַשלאָסן, אַז הער טאָמבע דאַרף באַצאָלן דעם שכן פֿופֿצן טױזנט דינאַרן ($50) נדן־געלט, װײַל ער האָט אױסגענוצט די קאָזע װי אַ װײַב. „כ’האָב אַװעקגעגעבן מײַן קאָזע דעם שכן, און אױף װיפֿל איך װײס, ביזן הײַנטיקן טאָג לעבן זײ צוזאַמען”, — דערצײלט הער אַליפֿי.
BBC News, פֿעברואַר 24, 2006
איך פֿאַרשטײ, אַז די צײַט לױפֿט, און דאָס גליקלעכע פּאָרל קען שױן האָבן אַ גאַנצע סטאַדע מעקעבעקעדיקע קינדערלעך און קינדסקינדער. װען איך װאָלט געקענט אַראַביש, װאָלט איך אומבאַדינגט געפֿרעגט בײַם הער פּרעזידענט מורסי, צי איז ער געװען אױף יענער חתונה, און אױב יאָ, טאָ — פֿון חתנס צד צי פֿון דער כּלהס צד? אױך מײַן פֿרױ אינטערעסירט זיך צו װיסן, — בײַ װעמען האָט די כּלה אױפֿגענײט דאָס חתונה־קלײדל?
עס טרעפֿט אַ מאָל, אַז מע לערנט און מע לערנט און צום סוף בלײַבט מען אַ פּאָלנע בורמילע. מיט טרערן אין די אױגן בעט איך מוכאַמעד מורסי צו פֿאַרטײַטשן מיר אײנעם פֿון די פֿונדאַמענטאַלע רעליגיעזע געזעצן, װעלכע לעבן און אָטעמען אין רובֿ מוסלמעניש־אָריענטאַלישע לענדער; אַגבֿ, אַ געזעץ, װאָס האָט צו טאָן מיט זאָאָלאָגיע, דהײַנו, — „בשום אופֿן טאָר מען ניט עסן יענע שעפּס, מיט װעלכער דו האָסט געהאַט סעקסועלע באַציִונגען. אַ מאַן, װעלכער האָט באַשלאָסן אױפֿצועסן אַזאַ שעפּס, באַגײט אַ טױטזינד, און ער װעט שױן קײן מאָל ניט אָנקומען אין מוסולמענישן גן־עדן און װעט ניט זוכה זײַן צו זיבעציק בתולות”.
כ’האָב געלײענט די דאָזיקע „פֿעטװע” (אַ רעליגיעזער געזעץ) און ניט געקענט אײַנהאַלטן די טרערן. ס’האָט מיך באַהערשט אַזאַ גרױס און טיף רחמנות אױף יענע מיליאַסן אָרעמע פֿאַרשטױבטע בתולות, װעלכע װאַלגערן זיך, נעבעך, דאָרטן אין גן־עדן און, פּשוט װי אָפּגעריסענע אידיאָטקעס, האַלטן זיי אין אײן װאַרטן אױף אַ װעלכן ניט איז פֿאַרטשוכעטן בר־מינן, װעלכער האָט נאָך אױפֿן עולם־הזה געקענט אונטערשײדן אַ מענטשן פֿון אַ חיה, אַ פֿרױ פֿון אַ קאָזע, אַ מאַלפּע פֿון אַ חזיר, און אַ שעפּסעלע פֿון אַ פֿאַרביסענעם מענטשנפֿײַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.