ישׂראלים און אַמעריקאַנער ייִדן

American Jews and Israelis


פֿון עמיל קאַלין

Published February 13, 2013.

אַ קורצער ישׂראלדיקער פֿילם פֿון די פֿופֿציקער יאָרן ווײַזט אַ נישט-יונגן „אָלרײַטניק”, אָנגעטאָן אין אַ „סוט”, מיט אַ הוט אויפֿן ליסע קאָפּ, ווי ער קומט אַרײַן אין דער דירה פֿון זײַנע ישׂראלדיקע קרובֿים. די קרובֿים נעמען אים אויף גאַנץ פֿרײַנדלעך און וואַרעם; זיי טרעטן נישט אָפּ פֿון אים אויף קיין מינוט: די פֿרוי פּלאַפּלט אָן אַן אויפֿהער און רוימט אים אײַן די לעצטע יאַטקע־נײַעס אין דעם לינקן אויער, און איר מאַן רעד אַרײַן אין דעם צווייטן אויער נאָך העכער פֿונעם ווײַב. די קינדער שפּילן זיך מיט די מלבושים אין דעם גאַסטס רענצל. און מיט אַ מאָל שטעלט זיך די קאַמערע אָפּ אויף די דערשראָקענע אויגן פֿון דעם גאַסט און… די סצענע ענדיקט זיך.

דערנאָך הערט זיך ווי אַ באַסאָווע קול עצהעט די ישׂראלים: „נעמט אויף שיין אײַערע אַמעריקאַנער קרובֿים!”.

דער פֿילם שטעלט פֿאַר זיך צוויי צילן: אַרײַנפֿירן די בירגער פֿון דער יונגער ייִדישער מדינה אין דער ציוויליזאַציע און העלפֿן דער ישׂראלדיקער שלאַבעריקער עקאָנאָמיע מיט די „גרינע”, וואָס די אָנקל־סעם־ייִדן וועלן לאָזן נאָך זיך.

אין יענע יאָרן איז ישׂראל געשטאַנען אויף הינערשע פֿיסלעך: די וווּנדן פֿון דער אומאָפּהענגיקייט-מלחמה האָבן זיך נאָך נישט אויסגעהיילט, די לאַנגע גרענעצן האָבן זיך געשלענגערט נאָענט צו וויכטיקע ייִשובֿים און אָפּגעטיילט ירושלים; די הינטערשטעליקע עקאָנאָמיע איז נישט געווען בכּוח אונטערצוהאַלטן דעם צופֿלוס פֿון עולים פֿון די אַראַבישע לענדער, וואָס זענען געווען, אייגנטלעך, פּליטים.

די יונגע מדינה האָט זיך שטאַרק גענייטיקט אין דער הילף, וואָס די ברידער אויף יענער זײַט אָקעאַן האָבן צוגעשטעלט.

די צײַט שטייט אָבער נישט אויף אַן אָרט, און אויך נישט ישׂראל, וואָס עס האָט אַ מאָל אויסגעזען ווי אַ נעבעכל, וואָס איר עקזיסטענץ איז געשטאַנען כּסדר אונטער אַ פֿראַגע־צייכן, איז הײַנט אַ שטאַרקע מדינה, נישט געקוקט אויף די סכּנות וועלכע לויערן נאָך אַלץ איבער איר שטח.

די אַרומיקע לענדער צעפֿאַלן זיך, זייערע אַמאָל דראָענדיקע אַרמייען עקזיסטירן מער נישט. איראַן שטעלט טאַקע מיט זיך פֿאָר אַ געפֿאַר, אָבער טעהעראַן אַליין האָט אַ סך שׂונאים. די פּאַלעסטינער ווידער, זענען שטאַרק, דער עיקר, אויף דער צונג.

די עקאָנאָמיע האַלט זיך אויף די פֿיס, אויף אַ סך אייראָפּעיִשע לענדער געזאָגט געוואָרן, און אַ לאַנגע ריי ישׂראלדיקע וויסנשאַפֿטלער האָבן פֿאַרדינט די אינטערנאַציאָנאַלע אָנערקענונג.

די ייִדישע באַפֿעלקערונג האַלט אין איין וואַקסן. דעם לעצטן דעצעמבער איז זי אַריבער דעם זעקס-מיליאָניקן ייִד, און מע רעכט הײַנט, אַז אין יאָר 2030 וועט די ישׂראל־באַפֿעלקערונג דערגרייכן צו אַרום אַכט מיליאָן נפֿשות.

מ’קען נישט לייקענען, אַז ס’רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן באַציִען זיך זייער וואַרעם צו ישׂראל. פֿון דעסטוועגן האָט אַ היפּשער טייל פֿון זיי נישט דערפֿרישט זייער מיינונג וועגן ישׂראל אין די פֿאַרגאַנגענע זעכציק יאָר. זיי קוקן נאָך אַלץ אויף זייערע ברידער און שוועסטער אין ישׂראל, ווי אויף האַלב ווילדע, פֿאַרביסענע, אָפּגעשטאַנענע פּאַרשוינען.

געוויסע מנהיגים און פֿילאַנטראָפּן שענקען אַוועק זייערע דאָלאַרן די אייביקע ניצרכים און האַלטן, אַז דערמיט האָבן זיי זיך געקויפֿט דאָס רעכט צו זאָגן זיי מוסר אין פֿאַל, ווען זייער פֿאָליטיק שטימט נישט מיט די אַזוי-גערופֿענע אַמעריקאַנישע ווערטן; מישן זיך אַרײַן אין אינערלעכע ישׂראלדיקע ענינים, טרעטן אויף מיט משונהדיקע באַשולדיקונגען, נאָר ווײַל „ישׂראל איז זיי וויכטיק!”. הכּלל, עס שפּירט זיך אַ האַרבער גערוך פֿון דער עושרדיקער פֿאַררינסקייט.

מעגלעך, עס איז גרינגער צו ווענדן די נעגאַטיווע געפֿילן און די טרעפֿנדיקע פֿעדערן קעגן די ישׂראלים, איידער זיך אָפּגעבן מיט די אייגענע פּראָבלעמען.

פֿון ערשטן בליק שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די ייִדן „מאַכן אַ לעבן” אין אַמעריקע; זיי זענען פֿרײַ, זיכער אין זיך, אינטעגרירט אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און די קעשענעס זענען בײַ זיי אויך נישט ליידיק. אָבער אַז מע קוקט זיך גוט צו זעט מען, אַז זייער מצבֿ איז גאָר נישט אַזוי פֿויגלדיק: אַסימילאַציע, געמישטע חתונות, נידעריקע געבורט־ראַטע פֿון 1.5 קינדער אין אַ משפּחה, און די גרעסטע סכּנה — עס באַזאָרגט אייניקע אַמעריקאַנער ייִדן מער, וואָס עס קומט פֿאָר מיט דער רעגירונג אין ירושלים, איידער — אין וואַשינגטאָן.

טאָמאַס פֿרידמאַן און באָב סײַמאָן, למשל, דאַרן זיך דעם קאָפּ מיטן שלום־פּראָצעס אָנשטאָט זיך אָפּגעבן דעם חשבון, פֿאַרוואָס מע לערנט די קינדער, אַז דאָס וויכטיקסטע איז צו זײַן אַן אַמעריקאַנער. ייִדישע קולטור, ייִדישע שפּראַכן און ייִדישע געשיכטע זענען נישט וויכטיק. עס איז נישט וויכטיק צו זײַן אַ ייִד.

מע נעמט נישט אָן קיין ערנסטע שריט, כּדי צו באַקעמפֿן די אַסימילאַציע. פֿאַרקערט, מע דערציילט זיך מעשׂיות וועגן אַן אַנדער, אָפֿענער ייִדישקייט וואָס דאַרף לכאורה צוציִען די מאַסן, און מע פֿרעגט זיך נישט: פֿאַרוואָס איז די רעפֿאָרם־באַוועגונג, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אָפֿענע און פּלוראַליסטישע ייִדישקייט, דורכגעפֿאַלן מיט איר מיסיע.

מע רעדט וועגן 6.4 מיליאָן ייִדן אין אַמעריקע און מע רעכנט אַהין אַרײַן די נישט־ייִדן און מענטשן מיט אַ „ייִדישן הינטערגרונט”, ווי למשל, טשעלסי קלינטאָן, דרו באַרימאָר און אַנדערע. צי האָט עמעצער זיך געפֿרעגט, צי זיי זענען בכלל פֿאַראינטערעסירט אַרײַנגעשטעלט צו ווערן אין דער „רשימה ייִדן”?

עס איז געקומען די צײַט די ייִדן אין ישׂראל זאָלן צוריקצאָלן די אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַר דער לאַנג־יאָיקער הילף און צולייגן זייערע גשמיותדיקע און רוחניותדיקע כּוחות כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם ייִדישן קיום אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

די פֿראַגע איז, צי ישׂראל וועט זיך אויסניכטערן פֿון איר גלײַכגילט און פֿאַרשטיין, אַז זי דאַרף אויך געבן און נישט נאָר נעמען; און די אַמעריקאַנער ייִדן וועלן זיך נישט שעמען צו קריגן הילף פֿון די ישׂראלים און זיך מודה זײַן אין זייער שוואַכקייט.