מיטוואָך האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג באַשטעטיקט, צום טייל, דעם אויסלענדישן באַריכט, אַז דער מיסטעריעזער „אַרעסטאַנט X‟, וועלכער איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד אין דער ישׂראלדיקער „עילון־תּפֿיסה‟ אין יאָר 2010, איז געווען אַן אויסטראַלישער ייִד מיט אַ ישׂראלדיקער בירגערשאַפֿט.
לויט אַ באַריכט, אַרויסגעלאָזט פֿון דער „אויסטראַלישער טראַנסמיטיר־קאָרפּאָראַציע‟, איז דער מאַן, בען זיגער, אַרעסטירט געוואָרן אין מאַרץ 2010, וווּ מע האָט אים אײַנגעזעצט אין אַן אָפּגעזונדערטער קאַמער, און דאָרט האָט ער, בײַם עלטער פֿון 34 יאָר, זיך אויפֿגעהאָנגען אין דעצעמבער פֿונעם זעלבן יאָר.
לויטן אויסטראַלישן באַריכט, האָט זיגער עולה געווען קיין ישׂראל בײַם סוף פֿון די 1990ער יאָרן, ווען ער האָט אָנגענומען דעם נאָמען „בען אַלון‟ און געדינט אין צה״ל. ער איז ווערבירט געוואָרן אינעם „מוסד‟ אין יאָר 2000 און געדינט אין דער אויסשפּיר־אַגענטור צען יאָר לאַנג. ער האָט דורכגעפֿירט די אָפּעראַציעס ניצנדיק זײַן אויסטראַלישן פּאַספּאָרט, אונטער אַן אַנדערן נאָמען — בען אַלען. זיגער האָט געוווינט מיט זײַן ישׂראלדיקער פֿרוי און צוויי קינדער אין רעננה, לעבן תּל־אָבֿיבֿ.
ביז איצט האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג שטרענג פֿאַרווערט צו פּובליקירן די פּרטים וועגן דעם ענין, אָדער אַפֿילו צו באַשטעטיקן די עקזיסטענץ פֿון דעם אַרעסטאַנט. ווען די ישׂראלדיקע מעדיאַ־קוואַלן האָבן אָנגעהויבן דערציילן וועגן דעם אויסטראַלישן נײַעס־באַריכט, האָבן די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן זיי באַפֿוילן עס נישט צו פּובליקירן.
מיטוואָך, נאָך דעם ווי די מיטגלידער פֿון דער כּנסת האָבן אָנגעהויבן שטעלן פֿראַגעס וועגן דעם ענין, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג אַנולירט דעם פֿאַרווער.
זיגערס משפּחה איז יאָרן לאַנג געווען אַקטיוו אין דער ייִדישער קהילה אין אויסטראַליע. זײַן טאַטע איז דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע קאָמיסיע פֿון בני־ברית‟. בען זיגער האָט פֿאַרענדיקט צוויי ייִדישע טאָגשולן אין מעלבורן — „קינג דייוויד‟ און „ביאַליק־קאָלעדזש‟, און געווען אַ מיטגליד פֿון „השומר הצעיר‟. נאָכן פֿאַרברענגען אַ סך צײַט אין ישׂראל, האָט ער גראַדויִרט פֿון דער „מכון‟־פֿירערשאַפֿט־פּראָגראַם אין ירושלים, געוווינט אַ שטיקל צײַט אין קיבוץ־גזית, אינעם גליל, און גלײַכצײַטיק געאַרבעט ווי אַן אַדוואָקאַט אין מעלבורן, ביז ער האָט עולה געווען.
(„האָרץ‟ און ייִט״אַ)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.