פֿראַנקרײַך רופֿט אומצוקערן 7 מאָלערײַען צו ייִדישע אייגנטימער

France Favors Returning 7 Paintings to Jewish Owners


Published February 14, 2013, issue of March 15, 2013.

(ייִט״אַ). — אַ פֿאַרגיטיקונג־קאָמיטעט באַשטימט פֿון דער פֿראַנצויזישער רעגירונג האָט באַשלאָסן, אַז זיבן טײַערע מאָלערײַען, וואָס די נאַציס האָבן צוגעראַבעוועט פֿון צוויי ייִדישע משפּחות בעת דעם חורבן, זאָלן אומגעקערט ווערן צו די משפּחות.

די מאָלערײַען געפֿינען זיך איצט אין פֿאַרשידענע זאַמלונגען איבער פֿראַנקרײַך, אַרײַנגערעכנט דעם „לוּווער‟ אין פּאַריז, און די מוזייען אין טור, סאַן־עטיען און אַזשען. דער קאָמיטעט האָט באַשלאָסן נאָך אין דעצעמבער, אַז די בילדער געהערן צו די משפּחות ווינער און נוימאַן, און דאַרפֿן אומגעקערט ווערן צו זיי, לויט אַ באַריכט אין „לע מאָנד‟ (Le Monde). דער קאָמיטעט איז געגרינדעט געוואָרן אין 1999 ווי אַ באַראַטונג־ראַט פֿאַר דער רעגירונג.

דער באַשלוס פֿונעם קאָמיטעט איז געבליבן אַ סוד, צוליב דער „סענסיטיווקייט‟ פֿונעם ענין, האָט „לע מאָנד‟ געשריבן, און צוגעגעבן, אַז די פֿאַרגיטיקונג וועט זײַן די גרעסטע פֿון אַזאַ מין זינט דעם יאָר 2000.

די מאָלערײַען נעמען אַרײַן די ווערק פֿון אַלעסאַנדראָ לאָנגי, סעבאַסטיאַנאָ ריטשי, גאַספּאַרע דיזיאַני, סאַלוואַטאָר פֿראַנצעסקאָ פֿאָנטעבאַסאָ, גייטאַנאָ גאַנדאָלפֿי, פֿראַנסואַ־שאַרל פּאַלקאָ און פּיעטער יאַנש וואַן אַש.

זעקס פֿון די בילדער האָבן באַלאַנגט צו רישאַרד נוימאַן, אַן עסטרײַכישער אינדוסטריאַליסט, וועלכער איז מיט זײַן פֿרוי און טאָכטער אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס קיין קובאַ. דאָס זיבעטע בילד איז פֿונעם פֿאַרמעגן פֿון די יורשים פֿון יאָזעף ווינער, אַ באַנקיר פֿון פּראָג, וועלכער איז דערהרגעט געוואָרן פֿון די נאַציס אין 1942.

טאָם סעלדאָרף, נוימאַנס אַן אייניקל, וועלכער וווינט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט געזאָגט „לע מאָנד‟, אַז די משפּחה „וויל נישט פֿאַרדינען קיין געלט פֿון די מאָלערײַען; מיר ווילן בלויז איבערגעבן אונדזערע זין און אייניקלעך די ליבשאַפֿט, וואָס מײַן זיידע האָט געהאַט פֿאַר דער קונסט.‟